ארכימעד

אַרכימעד פון סיראקוזע (גריכיש: Ἀρχιμήδης אַרכימעדעס; 287- בערך – 212- בערך) איז געווען א גריכישער מאטעמאטיקער, פיזיקער, אינזשעניר, ערפינדער, און אסטראנאם. ער איז געווען פון די הויפט וויסנשאפטלער אין אוראלטע צייטן, אבער קיין סאך פרטים וועגן זיין לעבן קען מען נישט.

ארכימעד
Ἀρχιμήδης ὁ Συρακόσιος
געבורט287 לפנה״ס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
דערמארדעט212 לפנה״ס (אלט 75 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פעלדערגעאמעטריע, מאטעמאטיק, מעכאניק, אינזשעניריע, אסטראנאמיע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
Archimēdous Panta sōzomena, 1615

ער האט גערעכנט דעם שטח אונטער א בויגן פון א פאראבעל דורכן חיבור פון אן אומענדיקער סעריע, און האט אויסגערעכנט א גאנץ גענויע אפשאצונג פון דעם מאטעמאטישן קאנסטאנט פי.