דינאוו

דינאוו (פּויליש: Dynów) איז א שטעטל אין ריישער פאוויאט, אונטערקארפאטישע וואיעוואדעשאפט, אסט-גאליציע, פוילן, מיט א באפֿעלקערונג פֿון 6,758 (02.06.2009).[1] דאס קליין שטעטעלע דינאוו ליגט אויף דעם ברעג פונעם טייך סאן, צופוסנס די קארפאטן בערג, די שטאט ריישע פון צפון זייט, און סאניק פון דרום זייט.

דינאוו
www.dynow.pl
דינאוו
הערב

לאַנדפוילן
געגנטריישע
בירגערמײַסטערזיגמונד פראנטצאק
שטח24.41 קוואדראט ק"מ
באַפֿעלקערונג6058 (אין 2009)

היסטאריע

כאטש דינאוו איז געווען א קליין דארפיש שטעטעלע, דאך איז עס שטארק באקאנט ביי דער יידישער באפעלקערונג, פון גוטן און פון בייזן. אין יאר ה'ת"ח ביי די גזירות ת"ח ות"ט האט עס דורכגעלעבט דעם ערשטן חורבן ווען כמעלניצקיס רויבער באנדעס האבן פארניכטעט כמעט דאס גאנצע שטעטל, נאכהער אין יאר ה'תקכ"ח האט עס ווידער מיט געמאכט א בלוטיגע שחיטה ווען ס'איז אומגעקומן איבער צוואנציג יידן, און אין דעם יאר ה'ת"ש פרייטיג דעם צווייטן טאג ראש השנה האבן די נאציס ימ"ש אומגעברענגט אלע יידן וואס זיי האבן דארט געטראפן הי"ד.

רבנים

דינאוו איז באקאנט געווארן אין דער יידישע וועלט דורך אירע בארימטע רבנים וואס זי האט פארמאגט:

זעט אויך

וועבלינקען

22°14′E / 49.833°N 22.233°E / 49.833; 22.233

רעפערענצן