טאלטשעוו

דארף אין אונגארן
טאלטשעוו (דארף)
Tolcsva
מדינה / טעריטאָריע אונגאַרן
קאָאָרדינאַטן48°17′04″N 21°26′58″E / 48.28457°N 21.44942°E / 48.28457; 21.44942 21°26′58″E / 48.28457°N 21.44942°E / 48.28457; 21.44942
שטח16.48 קוואדראט ק"מ
הייך108 מעטער

 ‑ אין דארף

105‏  (שטייענדיג 2018)
https:tolcsva.hu

טאָלטשעוו (אונגעריש : Tolcsva) איז א דארף אין דעם בארשאָד-אבאוי-זעמפלען קאונטי אין צפון-מזרח אונגארן. אזוי ווי פיל אייראפעישע דערפער, האָט אויך די באַפעלקערונג פון טאלטשעוו זיך פארמינערט באטייטיק אין די לעצטע יארצענדלינגען, פון 964 אין 1990 צו 847 אין 2018 (אַ פאַרקלענערן פון וועגן 12%).

יידן איו טאלטשעוו

די ערשטע ידיעות וועגן פון א יידישער זידלונג אין דארף זענען פון 1723, ווען זיבן אידישע פאַמיליעס האבן געוואוינט דארט אונטער דער שוץ פון די אייגנטימער פונעם מאיאנטעק, וואס האָבן באשעפטיקט די יידן ווי ארענדארן פון די וויינגערטנער. די קהילה איז געוואקסן און אין צוגאָב צו דער קולטיוואציע פון ווייננגערטנער און די פּראָדוקציע פון וויינען, האבן די יידן געהאט פרנסה פון האַנדל.

אין 1770 האט מען געגרינדעט די חברה קדישא און אין 1860 איז געגרינדעט די ערשטע שול . שפּעטער, האט מען אויפגעשטעלט א ישיבה און צדקה אינסטיטוציעס.

אין 1941, האט מען דעפארטירט קיין קאמעניץ עטלעכע אידישע פאַמיליעס פון דעם דאָרף וואָס האבן נישט געהאט קיין אונגערישע בירגערשאפט, וואו זיי זענען דערמאָרדעט געוואָרן. אין 1942 האָט מען רעקרוטירט אידישע מענער און געשיקט צום אוקראינע פראָנט, און מערסטנס זענען אומגעקומען.

נאָך דער אינוואזיע פון דער דייַטשער אַרמיי אין אונגארן אין מאַרץ 1944 האבן זיי אריבערגעפירט די טאָלטשווער יידן אין דער  איהעלער געטאָ און פֿון דאָרט האט מען זיי געשיקט אין דעם אוישוויץ פארניכטונג לאַגער.

נאָך דער מלחמה, האָבן בערך 40 לעבנגעבליבענע יידן זיך אומגעקערט אין שטאט און האָבן באנייט דאָס קהילה לעבן א שטיק צייט. אין 1970 איז געבליבן בלויז איין יידישע פאַמיליע.

יאָרצאָל יידן

[1]

גאַנצע באַפעלקערונג
1840609
18808602,820
1890929
1910732
1920631
1930481
19413632,845

וועבלינקען

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: טאלטשעוו

רעפערענצן

🔥 Top keywords: הויפט זייטבי בי סי12טן סעפטעמבעראייוועלטגאנגעסצווייטע וועלט-מלחמהJDNבאַזונדער:זוכןװיקיפּעדיע:קלארשטעלונגוויקיפעדיעפאשיזםלאטייןיד לשריוןאידישע נייעס10טן דעצעמבערמינעסאטעװיקיפּעדיע:פריוואטקייט פאליסי13טן פעברוארהילף:אינהאלטחדשות אנשװיקיפּעדיע:וועגןיואל לאנדאהמחדשהתקווהװיקיפּעדיע:פארלאמענטישראלאלעזר מנחם מן שךיידישװיקיפּעדיע:אריינפירדאלארװיקיפּעדיע:אינהאלטװיקיפּעדיע:קאנטאקט אונדזדזשעזכינעװיקיפּעדיע:קאווע שטיבל2023 ישראל–כאמאס קריגװיקיפּעדיע:ברוכים הבאיםסאטמאר מחלוקתאלטע פייגא טייטלבוים