סכעלדע

די סכעלדע (האלענדיש: Schelde[ˈsxɛldə], פראנצויזיש: Escaut) איז א טייך לאנג 350 ק"מ. עס הייבט זיך אן אין צפון פראנקרייך, און שטראמט אין מערב בעלגיע אין פליסט אריין אין דרום־מערב האלאנד.

סכעלדע
די סכעלדע אין אנטווערפן
לענג350 קילאמעטער
קוואלפראנקרייך
הייך פונעם טייכס קוואל95 מעטער
דרענאזש בעקן21,860 קוואדראט קילאמעטער
דורכשניטלעכער אויסגאס

- ארט

120 קובישע מעטער א סעקונדע

צפון ים
51°25′51″N 3°31′44″E / 51.43083°N 3.52889°E / 51.43083; 3.52889 (North Sea-Scheldt)

לענדער אין דרענאזש בעקןפראנקרייך, בעלגיע, האלאנד

ליניע

די קוואלוואסערן פון דער סכעלדע זענען אין גואי, אין דעם איין דעפארטמענט פון צפון פראנקרייך. זי פליסט צפון דורך קאמבראי, און קומט אריין אין בעלגיע לעבן טורנאי. אין גענט, וואו דער הויפט בייטייך, דער ליס, קומט אריין,, קערט די סכעלדע צו מזרח. נאענט צו אנטווערפן, די גרעסטע שטאט אויף אירע ברעגן, פליסט די סכעלדע מערב אריין אין האלאנד צום צפון ים.

דרויסענדיגע לינקן

אינפארמאציע איבערן טייך (אין האלענדיש) (ארכיווירט 29.05.2010 ביי דער Wayback Machine)