פאנטאסיא (פילם)

פֿאַנטאַסיאַ
Fantasia
אקטיארןלעאפאלד סטאקאווסקי
דימס טיילאר
דער פילאדעלפיע ארקעסטער
שטימע אקטיארןוואלט דיזני
סטודיאוואלט דיזני פראדוקציעס
פארשפרייטערRKO ראדיא פילמען
פארשפרייט29סטן פעברואר 1940
לענג124 מינוטן
שפראךענגליש
בודזשעט$2,280,000 (השערה)
הכנסות$76,408,097

פֿאַנטאַסיאַ (ענגליש: Fantasia) איז דער דריטער אנימירטער פילם וואס איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני פראדוקציעס.

"פֿאַנטאַסיאַ" אנטהאלט אכט קלאסישע מוזיק קאמפאזיציעס. איין פון זיי איז פון "די רייט פון פריליג" פון איגאר סטראווינסקי. עס דערציילט פון דאס לעבן אויפן ערד פלאנעט איידער דער אומברענג פון די דינאזאווער. אן אנדערע באקאנטע שאפונג באנוצט אין דער פילם איז "טאקאטא און פוגא אין רע מינאר" פון יאהאן זעבאסטיאן באך. איין אפטיילונג מיט א גריכישע מיטאלאגיע טעמע, "די פאסטאראלישע סימפאניע", איז רעדאקטירט געווארן אראפצונעמען קענטאווערס ווייל זיי זענען געטראכט געווען אלס ראסיסטישע סטערעאטיפן פון טונקל-הויטיגע מענטשן.

א המשך-פילם מיטן נאמען "פֿאַנטאַסיאַ 2000" איז באפרייט געווארן אין 1999.