צרפתיש

שפראך פון יידן אין פראנקרייך און דייטשלאנד אין דער מיטל־אלטער

צָרפַֿתיש אדער יודיש־פראנצויזיש (ארויסגעזאגט אין יודיש: צאָרפֿאַטיש[1] אדער צאָרפאַסיש, ענגליש: Zarphatic אדער Judeo-French) איז אן אונטערגעגאנגענע פראנצויזישע שפראך אדער רעדעניש פון יודן אין מיטל-אלטערישן פראנקרייך, וואס האט אנטהאלטן א צאהל ווערטער פון הויעך דייטש[פֿעלט אַ מקור] און לשון קודש.[2]

דער אונטערשייד צווישן צרפתיש און אלט־פראנצעיזיש איז לויט טייל געוועהן א קליינער, און טייל לינגוויסטן האלטן דערפאר אז ס׳איז גאהר קיין חילוק פון דער יודישער רעדעניש ביז דער שפראך פון פראנצויזן ניט געווען. די צאהל ווערטער פון לשון־קדושדיגן אפשטאם אין צרפתיש איז געווען קלענער ווי אין אנדערע יודישע שפראכן.[2][3] פארט וועהרט עס פאררעכנט ווי א באזונדערע שפראך מיט אן אייגענעם קאוד.

געוויסע לינגוויסטן זאגן אז פון די שפראך איז אנטוויקלט געווארן די יודישע שפראך ביי די אשכנזים.[פֿעלט אַ מקור] ווי למשל דאס ווארט טשאלנט קומט מעהגליך פון דא.

עס איז געשריבן געווארן מיט די העברעאישע אלף בית און נקודות.

עס פלעהגט גערעדט ווערן דורך יודן אין צפון פראנקרייך און מערב דייטשלאנד אין די באקאנטע שטעהט ווי מאגענצא, פראנקפורט ד'מיין און אאכן.

די שפראך האט געבליהט אינעם עלפטן יאהר-הונדערט, און די דעמאלטס'דיגע באריהמטע מענטשן ווי רבי משה הדרשן און רש"י האבן זיך באנוצט דערמיט.

די לעזי רש"י זענען געשריבן אין דער שפראך.

רעפערענצן

וועבלינקען

🔥 Top keywords: הויפט זייטJDNאייוועלטצווייטע וועלט-מלחמהװיקיפּעדיע:וועגןװיקיפּעדיע:אינהאלטהילף:אינהאלטהמחדשװיקיפּעדיע:קאנטאקט אונדזװיקיפּעדיע:פארלאמענטבאַזונדער:זוכןװיקיפּעדיע:אריינפירפארטאל:אקטועלע געשעענישןוויקיפעדיעיידישישראלמנשה לוסטיגװיקיפּעדיע:קלארשטעלונגװיקיפּעדיע:קאווע שטיבלהאמאסעקסואלוטעטמה נשתנהדי יראַניאַן באַפאַלן אויף ישראל (2024)ביזנעסאיילת שקדאלעזר מנחם מן שךסאטמאר (הויף)2023 ישראל–כאמאס קריגבאַזונדער:לעצטע ענדערונגעןפראסקווידעא שפילליסטע פון לשון-קודש ווערטער אין יידישישׂראלװיקיפּעדיע:פעסטשטעלןיואל לאנדאענגלישהגדה של פסחקובארוסלאנדדאווענען