קאסאוו

קאסאוו
Косів
קאסאווער ראטהויז
מדינה / טעריטאָריע אוקראינע
גרינדונג דאַטע1424
קאָאָרדינאַטן48°18′54″N 25°05′43″E / 48.31500°N 25.09528°E / 48.31500; 25.09528 25°05′43″E / 48.31500°N 25.09528°E / 48.31500; 25.09528
בירגערמייסטערוולאדימיר פיטליאק
שטח11.38 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

8,300‏  (שטייענדיג 2001)
727.42 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנעUTC+2

קאסאוו (אוקראיניש: Косів, קאסיוו; רוסיש: Косов; פויליש: Kosów) איז א שטאט אין מזרח גאליציע, היינט א טייל פון אוקראינע, אין דער סטאניסלאווער גובערניע, מערב פון טשערנאוויץ. ביז דער צווייטער וועלט מלחמה איז דאס שטעטל געווען אין פוילן. לויטן צענזוס פון 2001, האט עס א באפעלקערונג פון 8,301 איינוואוינער.

יידישע היסטאריע

אין דעם 18טן יארהונדערט איז דאס שטעטל געווארן א צענטער פון חסידות, ערשט ווען דער בעל שם טוב האט געוואוינט דארט א שטיק צייט, און אין 1772 האט רבי מנחם מענדיל האגער געגרינדעט זיין הויף דארטן. דאס קאסאווער חסידות האט געצויגן ביזן חורבן אייראפע.

שמחת תורה תש"ב (1941) זענען די נאציס געקומען אין קאסאוו. זיי האבן געבעטן פון די אוקראינישע איינוואוינער פון שטעטל איבערצוגעבן צו זיי 700 יידן צו מערדן. די אוקראינער האבן געטון לפנים משורת הדין און האבן אויסגעליפערט צו די נאציס מער ווי 2000 יידן, וואס די נאציס האבן געשאסן צום טויט.

די איינוואינער האבן צוגענומען די הייזער און פארמעגן פון די קאסאווער יידן.

היינט האט קאסאוו נישט קיין יידישע קהילה.


וועבלינקען


רעפערענצן