קליינווארדיין

שטאָט אין אונגארן
קליינוואַרדיין
Kisvárda
מדינה / טעריטאָריע אונגאַרן
קאָאָרדינאַטן48°13′N 22°05′E / 48.217°N 22.083°E / 48.217; 22.083 22°05′E / 48.217°N 22.083°E / 48.217; 22.083
ראַיאָןסאבאלטש-סאטמאר-בערעג
בירגערמייסטערטיבאר לעלעסי
שטח35.90 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטעטל
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

16,628‏  (שטייענדיג 2015)
469.59 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנעUTC+1
http://www.kisvarda.hu

קליינוואַרדיין (אונגאַריש: Kisvárda; דײַטש: Kleinwardein) איז א שטעטל אין סאבאלטש-סאטמאר-בערעג מעדזשע אין צפון-מזרח אונגארן. אין 2005 האט עס געהאט 18,000 איינוואוינער.

קליינווארדיינער שלאס

היסטאריע

אין דער מיטל-אלטער האט דאס שטעטל געהייסן "וואַרדאַ". שפעטער האט מען צוגעלייגט דעם פרעפיקס "קליין" (אונגאַריש: kis). כדי דיפערענצירן דאס שטעטל פון גרויסווארדיין, זיבנבערגן (דעמאלסט אין אונגארן, היינט Oradea "אראַדעאַ" אין רומעניע).

ביזן צווייטן וועלט קריג האט קליינווארדיין געהאט א גרויסע אידישע געמיינדע מיט 30 פראצענט פון דער שטאטישער באפעלקערונג. דאס שטעטל איז געוועזן פול מיט חסידישע אידן, און עס איז געווען דארטן די באקאנטע חסידישע קלויז. אין 1944 האט מען פארשפארט אלע יידן אין א געטא, און מען האט זיי דעפרטירט קיין אוישוויץ, און כמעט אלע זענען אומגעקומען דארט. מען האט געגרינדעט א קליינע קהילה אין קליינווארדיין נאכן קריג, אבער היינט איז נישט געבליבן דארטן קיין יידן.

טראנספארט

קליינווארדיין געפינט זיך אויף דער הויפט באן ליניע פון דער אונגארישער הויפטשטאט, בודאפעשט אין דער אוקראינע.

צווילינג שטעט

קליינווארדיין האט די צווילינג שטעט:

וועבלינקען