שלמה גאלדמאן (זוועהיל-צאנז)

זוועהיל-צאנזער רבי
הרב שלמה גאלדמאן
צאנז-זוועהילער רבי
הרב שלמה גאלדמאן
הרב שלמה גאלדמאן
געבורטח' ניסן ה'תש"ז
ירושלים
פטירהכ"ז תמוז ה'תשע"ז
קבורה ארטהר הזיתים
חסידותצאנז זוועהיל
פירערשאפטתשנ"ד - תשע״ז
הויף ארטיוניאן סיטי
נאכפאלגעררבי אליעזר גאלדמאן
הרב שאול יודא פריזאנט
זיינע רביסהרב יקותיאל יהודה האלבערשטאם (שווער)
פאטעררבי מרדכי גאלדמאן
מוטערהרבנית אסתר שיינא רחל
ווייבהרבנית לאה האלבערשטאם

רבי שלמה גאלדמאן (גבוירן ח' ניסן ה'תש"ז - כ"ז תמוז ה'תשע"ז; 1טן אפריל 1947 - 21סטן יולי 2017) איז געווען  דער זוועהיל-צאנזער רבי אין יוניאן סיטי, ניו זשערסי. ער האט געדינט ווי רב און ראש ישיבה אין דער צאנז-קלויזנבורג קהילה אין יוניאן סיטי פון די תש״ל יארן. נאך דער פטירה פון זיין שווער הרב יקותיאל יהודה האלבערשטאם פון צאנז-קלויזנבורג אין 1994 האט ער אנגעהויבן פירן א רביסטעווע ביז זיין פטירה אין תשע״ז.[1] 

לעבנסגעשיכטע

ער איז געווען דער פערטער זון פון רבי מרדכי גאלדמאן, דער זעקסטער זוועהילער רבי. זיין מוטער מרת אסתר שיינא רחל איז געווען א טאכטער פון רבי שמואל מרדכי שפירא פון נעשכיז. אין יאר תשכ"ד הא ער געלערנט אין דער צאנזער ישיבה.

אין תשכ"ז האט ער חתונה געהאט מיט מרת לאה האלבערשטאם, טאכטער פון זיין רבי׳ן,  דער אדמו"ר פון צאנז-קלויזנבורג, הרב יקותיאל יהודה האלבערשטאם. שפעטער האט זיין שווער אים באשטימט ראש ישיבה פון דער צאנזער ישיבה אין  יוניאן סיטי. מיט דער לויף פון דער צייט האט מען אים באשטימט רב פון דער קהילה דארט. נאך דער פטירה פון זיין שווער האט ער אנגעהויבן פירן א רביסטעווע, אזוי ווי זיינע שוואגערס, רבי צבי אלימלך האלבערשטאם צאנזער רבי אין ארץ ישראל, און רבי שמואל דוד האלבערשטאם, צאנז-קלויזנבורגער רבי אין אמעריקע.

ער איז נפטר געווארן כ"ז תמוז תשע"ז, קינדערלאז. מען מכתיר געווען אלס ממלא מקום זיין שוואגער רבי שאול יודא פריזאנט (אויך אן איידעם ביי הרב יקותיאל יהודה האלבערשטאם פון צאנז-קלויזנבורג), אויך האט מען מכתיר געווען אלס זוועהילער רבי רבי אליעזר גאלדמאן, א זון פון זיין ברודער רבי יעקב לייב און אן איידעם פון רבי דוד טווערסקי פון סקווירא.‏[2]

רעפערענצן

🔥 Top keywords: הויפט זייטJDNאייוועלטצווייטע וועלט-מלחמהװיקיפּעדיע:וועגןװיקיפּעדיע:אינהאלטהילף:אינהאלטהמחדשװיקיפּעדיע:קאנטאקט אונדזװיקיפּעדיע:פארלאמענטבאַזונדער:זוכןװיקיפּעדיע:אריינפירפארטאל:אקטועלע געשעענישןוויקיפעדיעיידישישראלמנשה לוסטיגװיקיפּעדיע:קלארשטעלונגװיקיפּעדיע:קאווע שטיבלהאמאסעקסואלוטעטמה נשתנהדי יראַניאַן באַפאַלן אויף ישראל (2024)ביזנעסאיילת שקדאלעזר מנחם מן שךסאטמאר (הויף)2023 ישראל–כאמאס קריגבאַזונדער:לעצטע ענדערונגעןפראסקווידעא שפילליסטע פון לשון-קודש ווערטער אין יידישישׂראלװיקיפּעדיע:פעסטשטעלןיואל לאנדאענגלישהגדה של פסחקובארוסלאנדדאווענען