ברוך האלבערשטאם

דער גארליצער רב, דער פינפטער זון פון "דברי חיים"

רבי ברוך האלבערשטאם זצ"ל (ה'תקפ"טא' אדר ה'תרס"ו), דער גארליצער רב, דער פינפטער זון פון "דברי חיים".

ברוך האלבערשטאם
קיין פריי בילד
געבורט1829
רודניק, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויטפעברואר 1906 (אלט 77 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
דער ארטיקל דיסקוטירט דעם גארליצער רב, א זון פון דברי חיים. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט ברוך האלבערשטאם (באדייטן).

אפשטאם

רבי ברוך'ל איז געבוירן אין יאר ה'תקפ"ט אין דער שטאט רודניק, גאליציע,[1] צו זיין פאטער הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב. און צו זיין מוטער מרת רחל פייגא די טאכטער פון הרב ברוך תאומים-פרענקל, דער ברוך טעם.

רבנות

נאך אלס יונגערמאן אין יאר ה'תרט"ז איז שוין רבי ברוך'ל געווען רב אין גארליץ, ווען די שטאט הענדלער'ס האבן זיך באקלאגט אז זיי דארפן א רב מיט ערפארונג, האט רבי ברוך'לס פאטער אים געהייסען אנטרעטן דאס רבנות פאר הרב שמואל טייטלבוים. אומגעפער אין יאר ה'תר"ך איז רבי ברוך'ל אויפגענומן געווארן רב אין רודניק, ער איז געווען דארט רב דרייסיג יאר ביז ה'תר"ן, ווען ער איז צוריק געקומען קיין גארליץ.

הסתלקות

רבי ברוך'ל איז נפטר געווארן ב' דר"ח אדר ה'תרס"ו, און עלטער פון זעקס און זיבעציג יאהר.

פאמיליע

ווינטער ה'תר"ט האט רבי ברוך'ל געהייראט מרת פעסיל א טאכטער פון סיגעטער רב, הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב. זייערע קינדער.

  • מרת רייזל ( - ה'תרצ"ו), זי האט געהייראט בזיווג ראשון אין יאר ה'תרל"ח אין רודניק, מיט הרב משה אייכנשטיין, א זון פון הרב סענדיר ליפא אייכנשטיין רב אין זידיטשוב. בזיווג שני האט זי געהייראט הרב פנחס חודרוב, רב אין זעביא, א זון פון יהושע אלעזר חודרוב, אן איידעם פון הרב חיים האגער פון קאסאוו. רבי פנחס איז נפטר געווארן כ"ח שבט, און ליגט אין גארליץ. בזיווג שלישי האט זי געהייראט הרב יהודה אריה לייב אלטער דער שפת אמת.

זיינע ספרים

  • דברי ברוך - ברוך שאמר, תורות און סיפורים צוזאמען געקליבן דורך רבי ליפא זילברמאן, ה'תשנ"ט

זעט אויך

גארליץ (הויף)

רעפערענצן

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • דברי ברוך - ברוך שאמר, הרב ליפא זילברמאן, ה'תשנ"ט
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר