דיסקעט

א דיסקעט איז א בײגזאַמע דיסק וואס באדינט ווי א מיטל צו איינשפייכלען אינפארמאציע פון א קאמפיוטער אויף א מאגנעטישע מעדיע.

א 3.5 אינטש דיסקעט
א 5.5 אינטש עגלה

די דיסקעט איז געווען בעיקר פאפולער אין די 1980ער און אין די 1990ער וואס האט באניצט ווי א מיטל צו פובליקירן קאמפיוטער פראגראמען און קאמפיוטער שפילערייען, אדער צו רעזערווירן דאטן. עס איז געקומען אין צוויי גרייסן, די ערשטע זיינען דערשינען געווארן מיט א גרייס פון 5.5 אינטש און דערהאלטן KB360 ביז 1.2MB, נאכער זיינען זיי דערשינען געווארן מיט א גרייס פון 3.5 אינטש מיט אן אנטהאלט פון 750KB ביז 1.44MB.

היינט צוטאגס באדינט זי גאנץ ווייניק, צוליב דעם וואס די איינשפייכלערונג מיטלען האבן זיך שטארק אנטוויקלט, דער DVD למשל אנטהאלט לכל הפחות 4.7GB. אַן אינטרעסאנטער פאקט איז אז ביז היינט נוצט מען דעם דיסקעט אייקאנע צו אפהיטן טעקעס אין פארשיידענע פראגראמען.

היסטארישע מוסטערן פון דיסקעטן

פּובליקירטאַנטהאַלט
1971
19721.5Mbit
19733.1Mbit - אומגעפארמעט
19766.2Mbit - אומגעפארמעט
1976110KB
19771.2MB
1978360KB
1982264KB
1982
1984720KB
720KB
19821.2MB
1984
1985
1985
1986
19871.44MB
19872.88MB
199121MB
1996120MB
1997240MB
1998/99150/200MB