דער בלאט

אהרונישע צייטונג

דער בלאט איז א סאטמארער צייטונג אויף יידיש געגרינדעט דורך די אַהרונים.

דער בלאט
Der Blatt
www.derblatt.com

די גרינדונג

נאכן נישט ווערן באשריבן אין דער איד, האבן די אהרונים דערקלערט קריג קעגן דער איד און איר אייגענטימער משה גבאי. אין 2000 האבן זיי באשלאסן דעם אליינס צו עפענען א צייטונג און שרייבן די נייעס לויט זייער גייסט און רעספעקט.

דעמאלטס זענען ארויסגעקומען בריוון פון א גרופע רבנים אין שפיץ פונעם סאטמארער רבי׳ן דער ברך משה אז זיי אסר'ן צו קויפן ״דער בלאט״, און אז דאס איז א העץ בלעטל קעגן דעם ברך משה.

מיט דער גרינדונג פון ״דער בלאט״ האט זיך שטארק געטוישט די וועלט פון יידישע צייטונגען.

זיי האבן געלייגט א דגוש צו באשרייבן און דעקן אלע שיכטן און קרייזן. זיי האבן אנגעהויבן צו באשרייבן קליינע חסידות'ן און פריוואטע עסקנים אפילו זיי האבן נישט מיט סאטמאר, און דער איד האט נאכגעטאן דאס זעלביגע. אויך האבן זיי אנגעהויבן צו לייגן בילדער און דער איד האט נאכגעטאן אלס קאנקורענץ.

אייגענטום

דער אייגענטימער פון דער בלאט איז אלימלך דייטש, אן איידעם ביים בארימטן זאמלער דוד לייב גרינפעלד און פון די נאנטע מענטשן צום סאטמארער קרית יואל רבי'ן רבי אהרן טייטלבוים. דער רעדאקטאר איז געווען שמואל ווידער.

דער בלאט'ס אידעאלאגיע איז ווי מער אינטערעסאנטער אןן ציענד, פארשטייט זיך אז זיי קענען נישט מוותר זיין אויף קנאות, און אז נישט, כאטש צולייגן אביסל טועמיה מיט פעפער, למשל, מציצה בפה האט זיך אסאך מאל געטראפֿן איהר פלאץ אויף די פֿאדערשטע זייטן צולייגט אז ס'האט זיך געדאכט ווי א ערוואקסענער מאגאזין, די געמישטע שווים-באסיין באשריבן בכלומרשט אלץ "עטרת אברהם" און נאך. דראמאטישע פארזעצונגען, טשיקאווע געשיכטעס און ווי מער אויפרייסעריש.

און מיט דעם איז עס אנדערש ווי אלע היינטיגע צייטונגען וואס די נייעס איז נאר א מיטל איינצוהאנדלען שטיצע פאר זייער באס אדער אידעאלאגיע ווען ס'איז נויטיג.

לעצטנס האבן זיי נאכקאפירט דעם "איד" און אויך אנגעהויבן צוטיילן די צייטונג אויף מערערע אפטיילונגען. צוערשט האבן זיי אפגעטיילט די בילדער, דערנאך האט מען געמאכט אן אפטיילונג פון אינטרעסאנטע ארטיקלען מיטן נאמען "דער אוצר". און שפעטער האבן זיי אויך אפגעטיילט אלע ציבורישע נייעסן - פון פארשידענע קהילות און מוסדות - פונעם הויפט בלאט, אונטערן נאמען "ציבור".

אין די זומער וואכן ווען דער עולם איז אין די קעטסקילס, פארמאגן זיי א באזונדערע ביילאגע גערופן "זומער אפטיילונג".

יידישע צייטונגען

אונזער טריבונע | אידישע טריבונע | בקהילה | גלאבס | די חרדישע וועלט | די צייטונג | דער איד | דער אלגעמיינער זשורנאל | דער בלאט | הארץ | המודיע | המבשר |זשערוסאלעם פאסט | זשאואיש וויק | זשואיש פרעס | ישראלי | ישראל היום | יתד נאמן | ידיעות אחרונות | לעבנס פראגן | מעריב | מקור ראשון | פנים אל פנים | פנים חדשות | פארווארד | פארווערטס | פייוו טאונס זשואיש טיימס | שלום

ייִדיש־שפּראַכיקע צײַטונגען
פֿאַרגאַנגענע צײַטונגעןדער יודישע וועקערדער פריינדדער פאקלדער קאנטשיקדאס יודישע ווארטיידישע שטימעהײַנטאונזער טריבונעדאס יודישע טאגבלאטטאג שריפט
1905-19071903-19081929-19311931-19331931-1933
הײַנטיקע צײַטונגעןפֿאָרװערטסלעבנס פֿראַגןדער אלגעמיינער זשורנאל
זײַט 1897זײַט 1951
חרדישע צײַטונגעןדער אידדער בלאטדי צייטונגדי חרדישע וועלטאידישע טריבונע
זײַט 2000זײַט 1962