משה פייגלין

משה זלמן פייגלין (געבוירן חיפה פלשתינה ארץ ישראל כ"ט תמוז ה'תשכ"ב, 31סטן יולי 1962) איז א כנסת דעפוטאט פון דער ליכוד פארטיי, און א וויצע־פארזיצער פונעם 19טן כנסת. ער איז דער פירער פון דער "יידישער פירערשאפט" איינהייט.

משה פייגלין
געבורט31 יולי 1962 (אלט 61)
חיפה, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינהישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באשעפטיגונגפאליטיקער, זשורנאליסט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
ווייבציפורה פייגלין
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
משה פייגלין

ער איז א שטארק קעגנער פונעם אסלא אפמאך.

ביאגראפיע

משה פייגלין איז געבוירן געווארן אין חיפה צו זיינע עלטערן יעקב צבי און אסתר. ער איז אן אייניקל פונעם בעל ה"תניא". ווען ער איז געווען א קינד האט זיך זיין משפחה געצויגן אין רחובות.

אין 2000 האט ער אויפגעשטעלט די "יידישער פירערשאפט" איינהייט אין דער ליכוד פארטיי.

משפחה

משה פייגלין און זיין ווייב צפורה האבן פינף קינדער.