באזע (כעמיע)

כעמישע פארבינדונג

אין כעמיע, איז א באַזע א סובסטאנץ וואס רעאגירט מיט א זייערס צו שאפן א זאלץ. א באזע קען אויפנעמען א וואסערשטאף יאן (+H) פון אן אנדער סובסטאנץ. באזעס האבן די פאלגנדע אייגנשאפטן:

  • א ביטערער טעם
  • א זייפיקער געטאפ
  • נייטראליזירט א זייערס
  • מאכט רויטן לאקמוס בלוי

א באזע האט א pH גרעסער פון 7—וואס גרעסער דער pH איז שטערקער די באזע.

ביישפילן פון שטארקע באזעס זענען אמאניאק און נאטריום הידראקסיד. נאטריום ביקארבאנאט (באקפולווער) און וויינשטיין זענען צארטע באזעס.

וועבלינקען

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: באזע (כעמיע)