גריכנלאנד

גריכנלאנד (גריכיש: Ελλάδα עלאַדאַ אדער Ελλάς עלאַס), אפיציעל די העלענישע רעפובליק (גריכיש: Ελληνική Δημοκρατία), איז אַ לאַנד אין דרום-מזרח אײראָפּע, ביים דרום עק פונעם באלקאנער האלבאינזל. עס גרענעצט מיט אלבאניע, בולגאריע און רעפובליק פון מאקעדאניע אין צפון, און טערקיי אין מזרח. דער אגאישער ים ליגט מזרח או דרום פון דער יבשה פון גריכנלאנד, און דער יאנישער ים צו מערב. ס'איז אויך דא אינזלען אן א שיעור.

Ελληνική Δημοκρατία
עליניקי דימאקראַטיאַ
פאן גריכנלאנד
פאן גריכנלאנד
סימבאָל גריכנלאנד
פֿאָןהערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון גריכנלאנד
אָרט פֿון גריכנלאנד
קאָנטינענטאייראפע
אָפֿיציעלע שפּראַךגריכיש
הויפּטשטאָטאטען
רעגירונגפארלאמעטארישע רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
קאַטערינאַ סאַקעלאַראָפּולו
קיריאקיס מיסטאטאקיס
גרינדונג דאַטום
25טן מערץ 1821, פון דער אטאמאנישער אימפעריע
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
131,990 קוואַדראַט ק"מ
96סט
0.8669
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

11,216,708[1]
74סט
84 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע$341.688 ביליאן (33סט)
וואַלוטעאיירא
צײַט זאָנעמזרח אייראפעישער זייגער (UTC+2)
אינטערנעט דאָמעןgr.
טעלעפֿאָן קאָד30+

גריכנלאנד איז אן אנטוויקלט לאנד, א מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד זײַט 1981,[2] און פון זיין עקאנאמיש און געלטפארבאנד זײַט 2001, נאט"א זײַט 1952,[3] די ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג זײַט 1961,[4] און נאך אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס. די הױפּטשטאָט איז אַטען; אנדערע חשובע שטעט זענען סאלאניקי, פאטראס און העראקליאן.

היסטאריע

דער פארטענאן אין אטען איז א סימבאל פון קלאסיש גריכנלאנד.

גריכנלאנד איז געווארן א רעפובליק דעם 25סטן מערץ 1924.

פאליטיק

גריכנלאנד איז א פארלאמענטארישע רעפובליק. דער ראש מלוכה, וואס ווערט גערופן פרעזידענט, ווערט געוויילט דורכן פארלאמענט פאר א קאדענץ פון פינף יאר. די היינטיקע קאנסטיטוציע האט מען אדאפטירט אין 1975. דער פארלאמענט האט איין קאמער מיט 300 דעפוטאטן.

אדמיניסטראציע

זייטן 1טן יאנואר 2011 איז גריכנלאנד צעטיילט אין 13 ראיאנען.

נומערראיאןהויפטשטאטשטח (ק"מ²)שטח
(קוואדראט מייל)
באפעלקערונג[5]GDP (ביליאן)[6]
1אטיקעאטען3,8081,4703,812,330€103.334
2צענטראלע גריכנלאנדלאמיע15,5496,004546,870€12.530
3צענטראלע מאקעדאניעסאלאניקי18,8117,2631,874,590€34.458
4קרעטעהעראקליאן8,2593,189621,340€12.854
5מזרח מאקעדאניע און טראקיעקאמאטיני14,1575,466606,170€9.054
6עפירוסיאנאנינע9,2033,553336,650€5.827
7איאנישע אינזלעןקארפו2,307891206,470€4.464
8צפון אגאישעמיטילענע3,8361,481197,810€3.579
9פעלאפאנעזטריפאלי15,4905,981581,980€11.230
10דרום אגאישעערמופאלי5,2862,041308,610€7.816
11טעסאליעלאריסע14,0375,420730,730€12.905
12מערב גריכנלאנדפאטראס11,3504,382680,190€12.122
13מערב מאקעדאניעקאזאני9,4513,649282,120€5.564

טראנספארט

דער מעטראפאליטאנער שטח פון דער הויפטשטאט אטען האט א נייעם אינטערנאציאנאלן פליפארט (געעפנט 2001), א נייעם פארשטאטישן אויטאסטראד "אַטיקי אדאס" (געעפנט 2001), און א פארברייטערטע מעטרא סיסטעם (זײַט 2000).

די מערהייט פון די גריכישע אינזלען און א סאך שטעט זענען פארבינדן דורך לופט טראנספארט, בעיקר מיט די צוויי הויפט פלי געזעלשאפטן פון גריכנלאנד, אלימפיק און אגאישע לופט.

אינטערנאציאנאלע באן ליניעס פארבינדן גריכישע שטעט מיט אייראפע, די באלקאנען און טערקיי.

עקאנאמיע

דער באנק פון גריכנלאנד אין אטען

דער ברוטא אינלענדישער פראדוקט פון גריכנלאנד וואקסט גיך.[7] א הויפט דינער פון אויסלענדישע וואלוטער, ביז 15%, איז די טוריזם אינדוסטריע,[8] וואס באארבעט 16.5% פון דעם גאנצן ארבעטקראפט.

אינגאנצן האט גריכנלאנד 4.9 מיליאן ארבעטער.[9] די גריכן ארבעטן א דורכשניט פון 1,811 שעה'ן א יאר.[10]

זעט אויך

רעפערענצן

🔥 Top keywords: הויפט זייטJDNאייוועלטצווייטע וועלט-מלחמהװיקיפּעדיע:וועגןװיקיפּעדיע:אינהאלטהילף:אינהאלטהמחדשװיקיפּעדיע:קאנטאקט אונדזװיקיפּעדיע:פארלאמענטבאַזונדער:זוכןװיקיפּעדיע:אריינפירפארטאל:אקטועלע געשעענישןוויקיפעדיעיידישישראלמנשה לוסטיגװיקיפּעדיע:קלארשטעלונגװיקיפּעדיע:קאווע שטיבלהאמאסעקסואלוטעטמה נשתנהדי יראַניאַן באַפאַלן אויף ישראל (2024)ביזנעסאיילת שקדאלעזר מנחם מן שךסאטמאר (הויף)2023 ישראל–כאמאס קריגבאַזונדער:לעצטע ענדערונגעןפראסקווידעא שפילליסטע פון לשון-קודש ווערטער אין יידישישׂראלװיקיפּעדיע:פעסטשטעלןיואל לאנדאענגלישהגדה של פסחקובארוסלאנדדאווענען