איסלאנד

איסלאַנד (איסלענדיש: Ísland, דאס הייסט: אײַזלאנד) איז אן אינזל־לאנד אין אײראָפּע וואָס ליגט אינעם אטלאנטישן אָקעאן. זײַן הויפּטשטאָט איז רעקיאװיק. איסלאנד איז דער צווייטער גרעסטער אינזל אין אייראָפּע, נאָך גרויסבריטאניע. איסלאנד איז דאָס מערסטע אנטוויקלטע לאנד אין דער וועלט.

איסלאנד
Ísland
פאן איסלאנד
פאן איסלאנד
סימבאָל איסלאנד
פֿאָןהערב
נאַציאָנאַלע זינגליד: Lofsöngur ״דאָס זינגליד״
אָרט פֿון איסלאנד
אָרט פֿון איסלאנד
קאָנטינענטאייראָפּע
אָפֿיציעלע שפּראַךאיסלאנדיש / איסלענדיש
הויפּטשטאָטרעקיאוויק
רעגירונגפּארלאמענטארישע רעפּובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
אָלאפור גרימסאָן
גרינדונג דאַטום
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
103,001 קוואַדראַט ק"מ
107טע
2.7
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

319,368
172סטע
מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע$12.805 ביליאן (134סט)
וואַלוטעאיסלאנדישער קראנא (ISK)
צײַט זאָנע
אינטערנעט דאָמעןis.
טעלעפֿאָן קאָד354+

ביזן 20סטן יאָרהונדערט, האָט די איסלאנדישע באפעלקערונג זיך פארלאָזט אויף פישערײַ און לאנדווירטשאפט. פון 1262 ביז 1918 איז איסלאנד געווען א טייל פון נאָרוועגיע און שפעטער דענמארק.

עקאנאמיע

ביזן 20'סטן יארהונדערט איז איסלאנד געווען פון די ארעמסטע לענדער אין מערב אייראפע. אבער לעצטנס איז די עקאנאמיע שטארק געוואקסן.אין 2007 איז איסלאנד געווען דאס פינפטע גרעסטע פראדוצירנדע לאנד, מיט $40,112 א מענטש. איסלאנד האט ווייניג נאטורלעכע רעסורסן, אחוץ הידראעלעקטרישע און געאטערמאלע קראפט. 40% פון עקספארט קומט פון פישעריי, וואס באשעפטיגט 7% פון דער ארבעטקראפט.[1]

די נאציאנאלע וואלוטע איז דער איסלאנדישער קראנא (ISK).מערסטנטייל פון די איינוואוינער זענען נישט אינטרעסירט אין מיטטיילן אין דעם אייראפעאישער וואלוטע די איירא.[2] אינעם לעצטן יארצענדליקער האט די עקאנאמיע דיווערסיפיצירט אין ווייכווארג פראדוקציע, ביאטעכנאלאגיע און פינאנציעלע באדינונגען.

פערזענלעכע שטייערן זענען 22.75%.[3] און קארפאראטער שטייער איז 18%, פון די נידריגסטע אין דער וועלט.[3]

איסלאנד איז א מיטגליד אין דער אייראפעאישער פרייהאנדל אסאסיאציע.

קולטור

ליטעראטור

קונסט

מוזיק

איסלאנדישע מוזיק האט א שייכות מיט נארדישער מוזיק.טראדיציאנעלע איסלאנדישע מוזיק איז שטארק רעליגיעז. זי האט זיך פארלאזט בעיקר אויף זינגען קלויסטערלידן, ווייל ס'איז געווען א מאנגל פון מוזיק אינסטרומענטן.די איסלאנדישע דזשעז קאפעליע "מעזאפארטע" איז באקאנט איבער דער גארער וועלט.איסלאנד פארמאגט עלעקטראנישע מוזיקער ווי טהאר און גוסגוס.

ספארט

פוטבאל און אטלעטיק זענען פאפולערע ספארטן.


רעפערענצן

🔥 Top keywords: הויפט זייטJDNאייוועלטצווייטע וועלט-מלחמהװיקיפּעדיע:וועגןװיקיפּעדיע:אינהאלטהילף:אינהאלטהמחדשװיקיפּעדיע:קאנטאקט אונדזװיקיפּעדיע:פארלאמענטבאַזונדער:זוכןװיקיפּעדיע:אריינפירפארטאל:אקטועלע געשעענישןוויקיפעדיעיידישישראלמנשה לוסטיגװיקיפּעדיע:קלארשטעלונגװיקיפּעדיע:קאווע שטיבלהאמאסעקסואלוטעטמה נשתנהדי יראַניאַן באַפאַלן אויף ישראל (2024)ביזנעסאיילת שקדאלעזר מנחם מן שךסאטמאר (הויף)2023 ישראל–כאמאס קריגבאַזונדער:לעצטע ענדערונגעןפראסקווידעא שפילליסטע פון לשון-קודש ווערטער אין יידישישׂראלװיקיפּעדיע:פעסטשטעלןיואל לאנדאענגלישהגדה של פסחקובארוסלאנדדאווענען