דויד הילבערט

דייטשער מאטעמאטיקער

דויד הילברט (דייטשיש: David Hilbert; ‏23סטן יאנואר 1862 - 14טן פעברואר 1943 געטינגען, דייטשלאנד) איז געווען א דייטשער מאטעמאטיקער וואס האט שטארק באאיינפלוסט די מאטעמאטיק פונעם סוף פונעם 19טן יארהונדערט און דעם אנהייב פונעם 20סטן יארהונדערט, סיי דורך זיין דירעקטן בײַשטײַער סײַ דורך זיין השפעה אויף אנדערע.

דויד הילבערט
David Hilbert
געבורט23 יאנואר 1862
רוסלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט14 פעברואר 1943 (אלט 81)
געטינגען, נאצי דייטשלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
וואוינארטדייטשלאנד
קבורה ארטגעטינגען צווינטער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
דאקטאראט-מענטארפערדינאנד פאן לינדעמאן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מוסדותגעטינגען אוניווערסיטעט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
הויפט ביישטייערן
הילבערטס באסיס טעארעם
הילבערט רוימען
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הילבערט האט אנטוויקלט א ריי פון מאטעמאטישע געביטן, איינשליסנדיק אינוואריאנטן טעאריע, די אקסיאמאטיזיע פון געאמעטריע, און הילבערט רוימען, א פונדאציע פון פונקציעלן אנאליז.

אין 1900 האט הילבערט פארגעשטעלן א זאמלונג פון 23 מאטעמאטישע פראבלעמען, וואס האבן משפיע געווען פארשונג אין מאטעמאטיק דורכאויס דעם 20סטן יארהונדערט.

לעבנסגעשיכטע

דויד הילבערט איז געבוירן געווארן דעם 23סטן יאנואר 1862 אין דעם שטעטל וועלוי (Wehlau) לעבן קעניגסבערג, וואס איז דעמאלסט געווען די הויפטשטאט פון מזרח פרייסן. אין 1880 האט ער אנגעהויבן לערנען אין דעם קעניגסבערגער אוניווערסיטעט, וואו ער האט זיך באפריינדט מיט הערמאן מינקאווסקי. אין 1885 האט ער באקומען דעם דאקטאר טיטל, אונטערן אנפיר פון פערדינאנד לינדעמאן. אין די יארן 1886-1895 האט ער געדינט ווי א דאצענט אין דעם קעניגסבערגער אוניווערסיטעט. אין 1892 האט ער געהייראט קעטא יעראש, און א יאר שפעטער איז געבוירן זייער איינציקע קינד, א זון, פראנץ.

אין 1888 האט פעליקס קליין פארעפנטלעכט, אין דעם Mathematische Annalen זשורנאל וואס ער האט רעדאקטירט, אן ארטיקל פון הילבערט, וואו הילבערט האט געלייזט דעם צענטראלן פראבלעם פון אינוואריאנטן טעאריע, ווען ער האט געוויזן אז יעדע סיסטעם פון אינוואריאנטן האט אן ענדלעכן באזיס. דער מאטעמאטיקער פאל גארדאן, איינער פון די הויפט פארשער אין דעם געביט, האט זיך דערקעגנט צו הילבערטס ארטיקל מיט דער טענה אויף הילבערטס באווייז אז "דאס איז נישט מאטעמטיק. דאס איז טעאלאגיע".‏[1] אין 1895 האט קליין געברענגט הילבערט צו ווערן א פראפעסאר אין געטינגען אוניווערסיטעט, וואס איז דעמאלסט גערעכנט געווארן דער פירנדיקער צענטער פון מאטעמאטישער פארשונג אין דער וועלט. הילבערט האט געהיטן געטינגענס גלאריע ביז זיין פענסאנירונג אין 1932, און ער איז געווארן דער חשובסטער מאטעמאטיקער פון זיין דור.

רעפערענצן


וועבלינקען

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: דויד הילבערט
🔥 Top keywords: הויפט זייטJDNאייוועלטצווייטע וועלט-מלחמהװיקיפּעדיע:וועגןװיקיפּעדיע:אינהאלטהילף:אינהאלטהמחדשװיקיפּעדיע:קאנטאקט אונדזװיקיפּעדיע:פארלאמענטבאַזונדער:זוכןװיקיפּעדיע:אריינפירפארטאל:אקטועלע געשעענישןוויקיפעדיעיידישישראלמנשה לוסטיגװיקיפּעדיע:קלארשטעלונגװיקיפּעדיע:קאווע שטיבלהאמאסעקסואלוטעטמה נשתנהדי יראַניאַן באַפאַלן אויף ישראל (2024)ביזנעסאיילת שקדאלעזר מנחם מן שךסאטמאר (הויף)2023 ישראל–כאמאס קריגבאַזונדער:לעצטע ענדערונגעןפראסקווידעא שפילליסטע פון לשון-קודש ווערטער אין יידישישׂראלװיקיפּעדיע:פעסטשטעלןיואל לאנדאענגלישהגדה של פסחקובארוסלאנדדאווענען