וואיעוואדעשאפט

פארוואלטונגס אפטייל אין פוילן

מערב פאמעראניע
פאמעראניע
ווארמיע-מאזוריע
פאדלאכיע
לובוש
קויאוויע-פאמעראניע
אונטערשלעזיע
שלעזיע
שווענטאקזשיסקיע

א וואיעוואדעשאַפֿט (פּויליש: województwo) איז דער העכסטער־ראנג פארוואלטונג באצירק, אדער א פראווינץ, פון פוילן.די היינטיקע 16 וואיעוואדעשאפטן פון פוילן זענען פעסטגעשטעלט געווארן דעם 1טן יאנואר 1999 און האבן די נעמען פון די היסטארישע פראווינצן פון פוילן. די גרעסטע וואיעוואדעשאפט איז מאזאוויע מיט א שטח פון 35,000 קוואדראט ק"מ און א באפעלקערונג איבער 5 מיליאן.די וואיעוואדעשאפט מיטן קלענסטן שטח איז אפאלע מיט 10,000 קוואדראט ק"מ, און די קלענסטע באפעלקערונג (1 מיליאן) געפינט זיך אין לובוש.

א וואיעוואדעשאפט ווערט געפירט דורך א גובערנאטאר (דער "וואיוואד"), א געוויילטע פארזאמלונג (דער "סיימיק") און אן עקסעקוטיוו. א וואיעוואדעשאפט ווערט צעטיילט אין גראפנשאפטן ("פאוויאט").

רשימה פון וואיעוואדעשאפטן

וואיעוואדעשאפט (פראווינץ)הויפטשטאט (אדער שטעט)שטח
(ק"מ)
פויליש
גרויספוילןWielkopolskieפויזן29,826
קואיאוויע-פאמעראניעKujawsko-Pomorskieבידגאש / טארון17,972
קליינפוילןMałopolskieקראקע15,183
לאדזשŁódzkieלאדזש18,219
אונטערשלעזיעDolnośląskieווראצלאוו19,947
לובליןLubelskieלובלין25,122
לובושLubuskieGorzów Wielkopolski / Zielona Góra13,988
מאזאוויעMazowieckieווארשע35,558
אפאלעOpolskieאפאלע9,412
פאדלאכיעPodlaskieביאליסטאק20,187
פאמעראניעPomorskieדאנציג18,310
שלעזיעŚląskieקאטאוויץ12,333
אונטער-קארפאטיעPodkarpackieריישע17,846
שווענטאקזשיסקיעŚwiętokrzyskieקעלץ11,711
ווארמיע-מאזוריעWarmińsko-Mazurskieאלשטין24,173
מערב פאמעראניעZachodniopomorskieשטעטין22,892

וועבלינקען

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: וואיעוואדעשאפט