וויליאם ראאן האמילטאן
אירישער פיזיקער, אסטראנאם און מאטעמאטישער
סיר וויליאם ראאַן האַמילטאן (ענגליש: William Rowan Hamilton; 4טן אויגוסט 1805 - 2טן סעפטעמבער 1865) איז געווען אן אירישער פיזיקער, אסטראנאם און מאטעמאטיקער וואס האט וויכטיק בייגעשטייערט צו קלאסישער מעכאניק, אפטיק און אלגעברע. זיינע שטודיעס פון מעכאנישע און אפטישע סיסטעמען האבן אים געברענגט צו אנטפלעקן נייע מאטעמאטישע באגריפן און טעכניקן. זיין גרעסטע ביישטייערונג איז אפשר די ווידער־פארמולירונג פון ניוטאן-מעכאניק אויף האמילטאן-מעכאניק. פון דער דאזיקער ארבעט איז ארויסגעקומען די קלאסישע פעלד־טעאריע פון עלעקטראמאגנעטיזם און די אנטוויקלונג פון קוואנטן-מעכאניק. אין מאטעמאטיק איז ער ברייט באקאנט פאר דער דערפינדונג פון קוואטערניאנען.
געבורט | 4 אויגוסט 1805 דובלין, פאראייניגטע קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און אירלאנד |
---|---|
טויט | 2 סעפטעמבער 1865 (אלט 60) דובלין, פאראייניגטע קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און אירלאנד |
פעלדער | מאטעמאטיק, מעכאניק, אסטראנאמיע, פיזיק, מאטעמאטישע פיזיק, אפטיק, קוואטערניאן |
וועבלינקען
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: וויליאם ראאן האמילטאן
🔥 Top keywords: הויפט זייטJDNאייוועלטצווייטע וועלט-מלחמהװיקיפּעדיע:וועגןװיקיפּעדיע:אינהאלטהילף:אינהאלטהמחדשװיקיפּעדיע:קאנטאקט אונדזװיקיפּעדיע:פארלאמענטבאַזונדער:זוכןװיקיפּעדיע:אריינפירפארטאל:אקטועלע געשעענישןוויקיפעדיעיידישישראלמנשה לוסטיגװיקיפּעדיע:קלארשטעלונגװיקיפּעדיע:קאווע שטיבלהאמאסעקסואלוטעטמה נשתנהדי יראַניאַן באַפאַלן אויף ישראל (2024)ביזנעסאיילת שקדאלעזר מנחם מן שךסאטמאר (הויף)2023 ישראל–כאמאס קריגבאַזונדער:לעצטע ענדערונגעןפראסקווידעא שפילליסטע פון לשון-קודש ווערטער אין יידישישׂראלװיקיפּעדיע:פעסטשטעלןיואל לאנדאענגלישהגדה של פסחקובארוסלאנדדאווענען