מאנאפאל

אין עקאנאמיק, א מאנאפאל (פון גריכיש μονος, אליין אדער איינציק+ πολειν, פֿארקויפֿן) עקזיסטטירט ווען א געוויסער מענטש אדער אונטערנעמונג האט גענוג קאנטראלע איבער א פראדוקט אדער באדינסט פֿעסטצושטעלן די תנאים צו באקומען דעם פראדוקט.[1] מיט מאנאפאלן איז נישט דא קיין עקאנאמישע קאנקורענץ פארן גוט אדער באדינסט.[2]

אמאל שאפט די רעגירונג א מאנאפאל אין א געוויסן שטח.

רעפערענצן