מיליטער פון די פאראייניגטע שטאטן

די אמעריקאנער מיליטער (ענגליש: United States Armed Forces) פונקצאנירט דורך זעקס אפטיילונגען:

  • ארמיי - Army
  • פלאט - Navy
  • מארינען - Marine Corps
  • לופטפלאט - Air Force
  • בארטן פאטראל - Coast Guard
  • ספעיס פארס - Space Force

פינף אפטיילונגען זענען אונטער דעם פארטיידיקונג דעפארטמענט ווען די קאוסט גארד איז אין קריג-צייטן אונטער די פלאט, און אלעמאל אונטער די דעפארטמענט פון היימלאנד זיכערהייט, די פארטיידיקונג דעפארטמענט איז אונטער די אויטאריטעט פון דעם פארטיידיקונגס מיניסטער.

די אמעריקאנער מיליטער איז די צווייטע גרעסטע מיליטער מיט די מערסטע טרופען נאך כינע מיט 2,685,713 טרופען ווען א געשאצטע 1.4 מיליאן טרופן זענען אין אקטיווע דינסט, פרויען קענען נישט דינען אין אלע פעלד פאזיציעס.

שטערקסע מיליטער

די אמעריקאנער מיליטער איז די שטארקסטע אויף די וועלט.די מיליטער קען אנקומען די שנעלסטע צו א יעדע סיטואציע צוליב אירע מעגליכקייטן, און בליץ שנעל אויפבויען מיליטערישע באזעס אויב נויטיג, מיט די לופט פלאט האבענדיג א גרויסע גרופע פון: C-5 געלעקסי, C-17 גלאוב-מעסטער, C-130 הערקולעס, עראפלאנען פאר טראנספארטאציע, און די העליקאפטער סקוואד פון די מארין קארפס, אויף די נעווי עיר-קעריעיערס קאמבינירט מיט די מיליטערישע דאקטירין פון גרינגע באוועגונג מיט אן אויסגעשטעלטע 48 בריגאדע וואס איז גרייט פאר יעדען פאל. די מעגליכקייט, שנעלקייט צו רעאקציע, און די שטארקייט מיט דעם קען זיך קיין איין מיליטער פארגלייכען.

קאמאנדיר

די קאמאנדיר און טשיף-די הויפט איז דער פרעזידענט און אונטער אים איז די דעפענס מיניסטער (שר ההגנה) א קאבינעט ראנק און ער צו די קעמפער-קריג קאמאנדירן אויסקרויזענדיג די זשאינט טשיף אף סטעף (Joint Chiefs of Staff (JCS, פון יעדע אפטיילונג וואס האט געמאכט פראבלעמען זייענדיג די ראנק צווישען מיניסטער און די קאמאנדירען ביז יאהר 1986 ווען ס'געטוישט געווארן.

ליסט פון טרופען

אפטיילונגאקטיוופרויען פראצענטאויפן ליסטאפיצירען
ארמיי500,20315.2%414,32569,307
מארין קארפס180,000 [1]6.0%157,15019,052
פלאט375,52114.5%319,92955,592
לופטפלאט358,61219.6%285,52073,091
בארטן פאטראל40,15110.7%31,2867,835
אינאיינעם1,450,68914.9%1,196,210254,479

441.6 ביליאן דאלער איז דער בודזשעט פאר 2006

{{}}