מערץ 2006

ארטיקל צו איבערקוקן
דער ארטיקל, אדער בלויז דעטאַלן פון אים, זענען מעגלעך נישט געשריבן ענציקלאפעדיש, אדער זענען זיי מעגלעך גאר פֿאַלש, אדער נישט נייטראל אראפגעשריבן.
ביטע נישט אראפנעמן דעם מוסטער איידער מען טוט זיך געהעריג דורכשמועסן אין דעם שמועס בלאַט.


געשענישן

  • יידיש וויקיפעדיע דעבאטירט אין די יידישע אינטערנעט ספערע!
  • תפוז אידיש באנוצער רעגט זיך אויף די האלבעטע ליגענטס, לשון הרע, און עמי הארצות וואס ווערט דא געשריבן.
  • חדשות אנש, (א פארמאכטע פארום) קריטיקירט די פרייהייט וואס הערשט דא! אז יעדער איינער קען ענדערן און פארעכטן.
  • היימישע קרעטשעמע, (אפען ערקלערטע נישט ניכטערע פארום) קענען נישט אויפכאפן קלאר וויאזוי מען באנוצט זיך דערמיט, און וואס מיר ווילן מיט די גאנצע וויקיפעדיע...

(תפוז) (קרעטשמע (ארכיווירט 21.08.2006 ביי דער Wayback Machine)) (חדשות אנ"ש (ארכיווירט 21.08.2006 ביי דער Wayback Machine))

א האלבע ביליאן דאלער (נ.י. סאן)

  • אינטערנעט: א נייעם מין אפענעם וועג פון ביזנעס ווערט פראקטיצירט, קאמפאניס געבן אוועק זייערע סודות און ערפינדוגען בחינם, וויאזוי מאכן זיי געלט? דער פרעסטיזשפולער מאגאזין "די עקאנעמיסט" באהאנדעלט דעם טרענד: "אָפּען סאָרס", אינספארירט פון "וויקיפעדיע" פּאַפּולעריטעט. אויך: וויאזוי דער הויפט שותף און גרינדער פון וויקיפעדיע איז געווארן איר גרעסטער קריטיקירער און שונא נומער 1 צוליב אונזער אנטי-צענזור פאליסי! (עקאנימיסט)
  • פייגל פלו (די פויגלס גריפע) באדעקט ארץ ישראל ה"י. (רויטערס)
  • פיר גרעסטע ארונים שישקעס אָנגעדרייט פּאָליטישן קוראָפּציע סקאַנדאַל: ניו יארק סטעיט ביזנעס אינשורענס קאמישענער, געוועזענער אסעמבלימאן, האוערד מילס, באקומט שווערע טויזענטע דולער, דורך ר' יענקל פריינד, קרית יואל וויליזש טראסטי און לאַביאיסט, פון ריעל עסטעיט מאגאנאטן אברומי רובין, פארזיצר פון סי.זשעי.סי. און זיין ברודער ליפא, און דער ביזנעס הלוואה קאנסאלטענט ר' שלום לאנדא, (אונטער זיין ווייב'ס נאמען). (נ.י. טיימס)
  • שוידערליכע דעטאלן ביים קארט פראדצור פון "מאפיע קאַפּס" דעקט אויף וויאזוי אינוואלוומענט פון חסידישער וויליאמסבורגער אינגערמאן צו כשר'ען געלט פאר די מאפיע, מאכט נערוועיז די מאפיע און זיי הרגענן אנדערן איד אויף טויט רח"ל. (נ.י. פאסט)
  • קאמפיוטערס: מייקראסאפט מעלדעט די אינציאטיווע פון איר לייוו זוך-מאטאר, וואס איז אונטער די פאמיליע פון ווינדאס לייוו. וועלכער וועט רעוואלוציאנירן דעם סוירטש ענדזשין אין פילע הינזיכטן וואס איז ביז היינט נישט בנמצא אפילו אין גוגעל'ס מעכטיגער סוירטש ענדזשין.(נייעס). קליקט אין (ווינדאוס לייוו)
  • פאליטיק: איראן. דער איראנאר דיקאטור סטראשעט אמעריקע מיט פיין און נקמה, אויב זי וועט איר רעפערירן צו די יו.ען. זיכערהייטס קאנסול. (ביטע אייביג אראפברענגן דעם מקור, ווייל מיר זענען נישט קיין צייטונג)
  • רעפובליקאנער צו פרעז. בוש: דוביי פארט געשעפט, ווארשיינליך טויט:(עי.פי.)
  • ארונים באשולדיגן מיט בייזוויליגע רומאר אן קיין באווייזן אין זייער פארום: משה דוד נידערמאן אויף צרות; אידן פארלירן לאו-אינקאם דירות אין שעיפער פראיעקט; וועט פארגויאישן אידישן חסידישן געגענט. (כל העולם כולו)


  • מקור ראשון באשולדיגט: ישי שליסל האט נישט געהאט קיין שום שאנסן ארויסצוגיין זכאי, זיך פארמעסטן איינער אליינס קעגן יעדן איינעם.

1) די ריכטער האבן ארויסגעוויזן זייער איינזייטיגע האס קעגן חרדים. 2) די פאליציי האט באהאלטן עדות. 3) די טעלעוויזיע האט באהאלטן לייוו ווידיאו וואס וואלט אים ריינגעוואשן. 4) די חרדישע פרעסע האט פארשוויגען דעם גאנצען משפט, כאטשיג עס איז געווען פיל מיט אנטי חרדישע האס, 5) די ליטווישע תורה וועלט האט גארנישט געהאלפן זייערס א מענטש, וואס מיט אביסל געלט וואלט ער ווען געהאט געהעריגע אדוואקאטן, 6) די גאנצע חרדישע וועלט האט געלאזט פאלן זייערס א העלד וואס האט געטאן מעשים, בשעת ווען זיי האבן געהעצט. (מקור ראשון)

דער ארטיקל איז געשטעלט אויסצומעקן אין וויקיפעדיע:בלעטער צו אױסמעקן
ביטע שמועסט אייך געהעריג דורך דארטן צו גרייכן א קאנצענזוס צי מען זאל דאס אויסמעקן אדער נישט.

מען זאל נישט אראפנעמען דעם צעטל ביז דער שמועס איז געשלאסן.