פּאַריז (פראַנצויזיש: Parisפּאַרי) איז די הויפּטשטאָט פון פראַנקרײַך. זי איז די גרעסטע שטאָט אין אייראָפּע נאָך לאָנדאָן, און די 20סטע אין באַציאונג איבער דער גאָרער וועלט. די שטאָט פּאַריז, צווישן אירע אַלטע גרענעצן פון 1860, האַלט אַ שטח פון 105 קוואַדראַט ק"מ און אַ געשאַצטע באַפעלקערונג פון 2,193,031 (יאַנואַר 2007).דער סיין טײַך פליסט אַדורך דעם עלטסטן טייל פון פּאַריז. אַרום פּאַריז געפינען זיך אַ סך וועלדער.
פּאַריז איז געגרינדעט געוואָרן אינעם 3טן יאָרהונדערט פאַר דער ציווילער רעכענונג דורך אַ קעלטישן פאָלק, די פּאַריזיאי, פון וועמען די שטאָט האָט גענומען איר נאָמען. אינעם 12טן יאָרהונדערט איז פּאַריז געווען די גרעסטע שטאָט אין דער מערב־וועלט, אַ בליענדיקער האַנדל־צענטער, און דער היים פונעם אוניווערסיטעט פון פּאַריז, איינער פון די ערשטע אוניווערסיטעטן אין אייראָפּע. אינעם 18טן יאָרהונדערט, איז פּאַריז געווען די הויפּט אָרט פון דער פראַנצויזישער רעוואָלוציע, און זינט דעמאָלסט איז פּאַריז אַ וויכטיקער צענטער פון פינאַנץ, האַנדל, מאָדע, וויסנשאַפט און די קונסטן, ווי אויך דער צענטער פון פּאָליטיק און פארקער.
דער פּאַריזער ראַיאָן האָט אַ ברוטאָ אינלענדישער פּראָדוקט פון €612 ביליאָן (גיליטיק 2012), וואָס איז מער ווי 30 פּראָצענט פונעם ברוטאָ אינלענדישן פּראָדוקט פון גאַנץ פראַנקרײַך, און אַזוי אַרום ווערט ראַנגירט פון די פינף רײַכסטע ראַיאָנען פון אייראָפּע. פּאַריז איז דער באַנקירן און פינאַנץ צענטער פון פראַנקרײַך, און דאָרט געפינען זיך די הויפּטקוואַרטירן פון 30 פירמעס אינעם פארטון גלאָבאַל 500.
אין פּאַריז געפינט זיך דער מערסט־באַזוכטער קונסט מוזיי אין דער וועלט, די לואוורע, ווי אויך אַנדערע מוזייען. ארכיטעקטורישע אָנדענקפּונקטן אין פּאַריז שליסן אײַן דעם נאָטרעדאַם דע פּאַריז קאַטעדראַל און דעם אײַפל טורעם. אין 2014 האָבן 22.4 מיליאָן טוריסטן באַזוכט פּאַריז, די שפּיץ פון אַלע טוריסטן צילן. פּאַריז איז אויך באַקאַנט פאַר מאָדע און רעסטאָראַנען. רוב פון די הויפּט אוניווערסיטעטן אין פראַנקרייך געפינען זיך אין פּאַריז, ווי אויך די צײַטונגען לע מאנד, לע פיגארא און ליבעראשיאן.
אין 1789 האָט זיך די פראַנצויזישע רעוואָלוציע אָנגעהויבן אין פּאַריז. פּאַריז איז געווען די הויפּטשטאָט פון דער פראַנצויזישער אימפּעריע וואָס נאַפּאָלעאָן האָט אויפגעשטעלט אין 1804. אין יאָר 1814 האָט רוסלאַנד באַזיגט פּאַריז .
פּאַריז געפינט זיך אין צפון־צענטראַל פראַנקרײַך, 450 ק״מ דרום־מזרח פון לאָנדאָן, 287 ק״מ דרום פון קאלע, 306 ק״מ דרום־מערב פון בריסל, 774 ק״מ צפון פון מאַרסיי, 385 ק״מ צפון־מערב פון נאנט און 135 ק״מ צפון־מזרח פון רוען. פּאַריז ליגט אויפן סיין טײַך און שליסט אײַן אין זיך צוויי אינזלען.
אין דעם שטח פון דער שטאָט געפינען זיך עטלעכע בערגלעך, וואָס דאָס העכסטע פון זיי איז מאָנמארטרע, הויך 129 מעטער.
פּאַריז האָט אַ שטח פון 105.4 קוואַדראַט ק״מ. אין פאַרגלײַך איז ירושלים גרויס 125 קוואַדראַט ק״מ, ניו יאָרק 786 קוואַדראַט ק״מ, און גרויסלאָנדאָן 1587 קוואַדראַט ק״מ. דער גרעסטער דיסטאַנץ פון מזרח ביז מערב איז 18 ק״מ.
די לואוורע איז אַ מוזיי מיט באַרימטע אַלטע קונסטווערק, ווי למשל די מאָנאַ ליסע און דער ווענוס דע מילא. די געביידע האָט מען געבויט אַלס וואוינונג אָרט פאַר די מלכים פון פראַנקרײַך. די לואוורע איז דער דריטער גרעסטער מוזיי אין דער וועלט, מיט 60,000 קוואַדראַט מעטער פון ווײַז־אָרט.[1] ער איז דער מערסט באַזוכטער קונסט־מוזיי אין דער וועלט וואָס העכער 5 מיליאָן מענטשן באַזוכן אים יעדע יאָר.
דער מוזיי ד'ארסע וואָס איז אַמאָל געווען אַ באַן סטאַנציע איז הײַנט אַ קונסט־מוזיי. די קונסט אין מוזיי ד'ארסע איז פון די יאָרן 1848 ביז 1915. דאָס איז נײַער ווי די קונסט אין דער לואוורע.
דער מולען רוזש איז אַ קאבארע וואָס האָט זיך געעפנט אין 1889. און געפינט זיך אין מאנמארטרע.
די שאמפס-עליזע איז אפשר די מערסט באַרימטע גאַס אין פּאַריז, און פון די מערסט בארימטע אין דער וועלט. זי איז פול מיט ערטער וואו אײַנצוקויפן און עסן. בײַ איין עק פון דער שאמפס־עליזע געפינט זיך דער ארק דע טריאמף.
פּאַריז פאַרמאָגט אַ סך עפנטלעכע ביבליאָטעקן. די מאזארין ביבליאָטעק אין פּאַריז, וואָס האָט זיך געעפנט אין 1643, איז די עלטסטע עפנטלעכע ביבליאָטעק אין גאַנץ פראַנקרײַך.