מאדעליין אלברייט

אמעריקאנער פאליטיקער און געוועזענע שטאטס-סעקרעטאר

מאַדעליין קאָרבעל אַלברייט (געבוירן מאַריע יאַנאַ קאָרבעלאָוואַ ; 15טן מאי 193723סטן מערץ 2022 ) איז געווען אַן אמעריקאנער דיפּלאָמאַט און פּאָליטיקער פון טשעכיש- אידישן אָפּשטאַם.

מאדעליין אלברייט
Madeleine Albright
געבורט15 מאי 1937
פראג, טשעכאסלאוואקיי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט23 מערץ 2022 (אלט 84)
וואשינגטאן די סי, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינהטשעכאסלאוואקיי, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פארטיידעמאקראטישע פארטיי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
חתימה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

זי איז געבוירן געווארן אין פראג, טשעכאסלאוואקיי (הייט טשעכיי). איר פאטער איז געווען יוסף קארבעל, א ייד, וואס האט זיך שפעטער געשמד׳ט; זי איז ערשט דערגאנגען אז זי האט יידישע עלטערן אויף דער עלטער. זי איז געווען די ערשטע פרוי צו ווערן שטאַטס־סעקרעטאר (אויסערן מיניסטער) פון די פאראייניגטע שטאטן. זי איז באשטימט געווארן דורך פרעזידענט ביל קלינטאן אום 5טן דעצעמבער 1996. 99 אַמעריקאַנער סענאַטאָרן האָבן געשטימט זי צו באַשטעטיקן און קיין סענאטאר האט נישט געשטימט קעגן. זי איז געווען איינגעשוואוירן (נעמט אַמט) דעם 23סטן יאנואר 1997.[1] זי איז שפעטער געווארן אַ פּראָפעסאָר אין דזשארדזשטאן אוניווערסיטעט.

איידער זי איז געווען שטאטס־סעקרעטאר, איז אלברייט געווען דער אמעריקאנער אמבאסאדאר אין די פאראייניגטע פעלקער. זי האָט זיך אָנגעהויבן ביי די פֿ״פֿ דעם 6טן פעברואר 1993.[1]

רעפערענצן

🔥 Top keywords: הויפט זייטJDNאייוועלטצווייטע וועלט-מלחמהװיקיפּעדיע:וועגןװיקיפּעדיע:אינהאלטהילף:אינהאלטהמחדשװיקיפּעדיע:קאנטאקט אונדזװיקיפּעדיע:פארלאמענטבאַזונדער:זוכןװיקיפּעדיע:אריינפירפארטאל:אקטועלע געשעענישןוויקיפעדיעיידישישראלמנשה לוסטיגװיקיפּעדיע:קלארשטעלונגװיקיפּעדיע:קאווע שטיבלהאמאסעקסואלוטעטמה נשתנהדי יראַניאַן באַפאַלן אויף ישראל (2024)ביזנעסאיילת שקדאלעזר מנחם מן שךסאטמאר (הויף)2023 ישראל–כאמאס קריגבאַזונדער:לעצטע ענדערונגעןפראסקווידעא שפילליסטע פון לשון-קודש ווערטער אין יידישישׂראלװיקיפּעדיע:פעסטשטעלןיואל לאנדאענגלישהגדה של פסחקובארוסלאנדדאווענען