סימפאניע
א סימפֿאניע איז א שטיק מוזיק געשריבן פאר אן ארקעסטער צו שפילן. געווענלעך ווערט א סימפאניע צעטיילט אין דריי אדער פיר באוועגונגען.
די ערשטע באוועגונג קען זיין א גיך שטיקל. די צווייטע באוועגונג איז א פאמעלעך שטיקל. די דריטע באוועגונג איז א מינועט אדער א סקערצא מיט א טריא. די לעצטע באוועגונג ווערט גערופן די פֿינאלע (איטאליעניש: finale). די סטיל פון סימפאניע האט איינגעפירט יאזעף היידן, דער "פאטער פון סימפאניעס".
בארימטע קאמפאזיטארן פון סימפאניעס שליסן איין יאזעף היידן, וואלפגאנג אמאדעוס מאצארט, לודוויג וואן בעטהאוון, פראנץ שובערט, גוסטאוו מאהלער און דמיטרי שאסטאקאוויטש.
עטימאלאגיע
דאס ווארט סימפֿאניע קומט פון גריכיש συμφωνία.
🔥 Top keywords: הויפט זייטJDNאייוועלטצווייטע וועלט-מלחמהװיקיפּעדיע:וועגןװיקיפּעדיע:אינהאלטהילף:אינהאלטהמחדשװיקיפּעדיע:קאנטאקט אונדזװיקיפּעדיע:פארלאמענטבאַזונדער:זוכןװיקיפּעדיע:אריינפירפארטאל:אקטועלע געשעענישןוויקיפעדיעיידישישראלמנשה לוסטיגװיקיפּעדיע:קלארשטעלונגװיקיפּעדיע:קאווע שטיבלהאמאסעקסואלוטעטמה נשתנהדי יראַניאַן באַפאַלן אויף ישראל (2024)ביזנעסאיילת שקדאלעזר מנחם מן שךסאטמאר (הויף)2023 ישראל–כאמאס קריגבאַזונדער:לעצטע ענדערונגעןפראסקווידעא שפילליסטע פון לשון-קודש ווערטער אין יידישישׂראלװיקיפּעדיע:פעסטשטעלןיואל לאנדאענגלישהגדה של פסחקובארוסלאנדדאווענען