שפאניש

(אַריבערגעפֿירט פון שפּאַניש)

שפאַניש (español, עספּאַניאָל), אויך גערופן קאַסטיליש (castellano, קאַסטעיאַנאָ), איז א ראמאנישע שפראך וואס איז די הויפט שפראך פון שפאניע און רוב לענדער פון דרום אמעריקע. די שפראך איז אין אמת'ן קאסטיליש, ד.ה. די שפראך וואס האט אנטוויקלט פון לאטיין אין קאסטיל (צפון שפאניע).

לענדער וואו מען רעדט שפאניש

שפאניש איז די מערסט פארשפרייטע שפראך אין דער מערב האלבקויל, מיט גרויסע באפעלקערונגען פון מוטערשפראך שפאניש רעדערס פון פאטאגאניע צו קאנאדע. אין דעם 21סטן יארהונדערט, ווערט שפאניש מער געלערנט און גענוצט פון פראנצויזיש ווי די צווייטע שפראך פאר אינטערנאציאנעלער קאמוניקאציע, נאך ענגליש.

אומגעפער 75% פון שפאניש שטאמט פון לאטייניש.

מער ווי 360 מיליאן מענטשן אין דער וועלט רעדן שפאניש ווי זייער ערשטע שפראך.

שפאניש איז איינע פון די זעקס אפיציעלע שפראכן פון די פאראייניגטע פעלקער. אויך איז זי אן אפיציעלע שפראך פונעם אייראפעאישן פארבאנד, פון דער ארגאניזאציע פון אמעריקאנישע שטאטן, פונעם פאריין פון דרום-אמעריקאנישע לענדער און נאך א סך אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציע.[1] זי איז די צווייטע שפראך אין דער וועלט[2][3][4][5] לויט דער צאל פון מענטשן וואס רעדן זי ווי מוטערשפראך, נאך מאנדארין כינעזיש, מיט 437 מיליאן מאמע־לשון רעדער.

היסטאריע

The Visigothic Cartularies of Valpuesta were declared in 2010 by the Spanish Royal Academy as the record of the earliest words written in Castilian, predating those of the Glosas Emilianenses.[6]
א בלאט פון Cantar de Mio Cid, די עלטסטע פרעזעווירטער שפאנישער עפאס, אויף מיטל־עלטערישער שפאניש.

די שפאנישע שפראך האט זיך אנטוויקלט פון וואולגאר-לאטייניש, וואס די רוימער האבן געברענגט צום איבערישן האלבאינזל בשעת דער צווייטער פונישער מלחמה וואס האט אנגעהויבן אין יאר 210 פאר דער ציווילער רעכענונג. פאר דעם האט מען גערעדט אנדערע שפראכן וואס האבן נישט געהאט קיין שייכות מיט לאטיין—טייל אפילו אן קיין שייכות מיט אינדא-אייראפעאיש—אינעם איבערישן האלבאינזל. די שפראכן שליסן איין באסקיש (וואס מ׳רעדט ביזן היינטיקן טאג), איבעריש, קעלטיבעריש און קעלטיש.

די ערשטע דאקומענטן וואס ווייזן עפעס א שייכות מיט דער היינטיקער שפראך זענען פונעם 9טן יארהונדערט. דורכאויס דער מיטל אלטער און ביז צו דער מאדערנער תקופה, זענען די חשוב׳סטע השפעות אויף שפאניש געקומען פון די שכנותדיקע ראמאנישע שפראכן—נאווארא-אראגאנעזיש, לעאנעזיש, קאטאלאניש, פארטוגעזיש, גאליסיש, אקיטאן, און שפעטער, פראנצויזיש און איטאליעניש. שפאניש האט אויך געבארגט א היבשע צאל ווערטער פון אראביש.

לאדינא

די שפראך לאדינא וואס ספרדישע יידן רעדן וואס שטאמען פון שפאניע איז טאקע קאסטיליש מיט אריינגעמישט לשון־קודש, און ווערט געשריבן אויף לשון-קודש אותיות, אזוי ווי יידיש.

וויפיל רעדער אין יעדן לאנד

פאלגענד איז א רשימה פון די נומערן בערך פון רעדערס פון שפאניש אין פארשידענע לענדער פון דער וועלט וווּ שפאניש איז די אפיציעלע שפראך פון לאנד:

לאנדמוטער־שפראך רעדער[7]
1 מעקסיקא109,711,000
2 שפּאַניע45,054,000
3 ארגענטינע40,301,000
4 קאלאמביע34,000,000
5 װענעזועלע26,480,000
6 פערו20,000,000
7 טשילע13,800,000
8 קובא10,000,000
9 עקוואדאר9,500,000
10 דאמיניקאנישע רעפובליק6,886,000
11 גוואטעמאלע4,673,000
12טעקע:Flag of Honduras (2008 Olympics).svg האָנדוראַס5,600,000
13 באליוויע3,483,700
14 על סאַלוואַדאָר5,900,000
15 ניקאראגוא4,347,000
16 פאראגוויי186,880
17 קאסטא ריקא3,300,000
18 פארטאָ ריקאָ3,437,120 (1996)
19 אורוגוויי3,000,000
20 פאנאמא2,100,000
אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע און בעליז איז ענגליש די ערשטע שפראך און שפאניש די צווייטע שפראך. אין בראזיל איז פארטוגעזיש די ערשטע שפראך אבער א סך בראזיליאנער לערנען שפאניש אלס צווייטע שפראך. אויך איז שפאניש אן אפיציעלע שפראך אין עקוואטארישער גינע, וואס איז אמאל געווען א שפאנישע קאלאניע (מיטן נאמען שפאנישע גינע).

שפאנישע גראמאטיק

ווערב-סיסטעם אויף שפאניש

אויף שפאניש בייגן ווערבן לויט 3 גרונטיקע קאניוגאציעס: ווערבן וואס אין דער אינפֿיניטיוו פֿארעם ענדיגן מיט ar (למשל: jugar - שפילן), ב-er (למשל: comer - עסן) וב-ir (למשל: ir - גיין).

Amar - ליב האבן, רעגולערער ווערב ar
פערזאןאיצטיקייטפארגאנגענהייטצוקונפטקאניונקטיוו
אומפערפֿעקטיוופערפֿעקטיוו
ערשטער פערזאן איינצאל (Yo)amoamabaaméamaréamaría
צווייטער פערזאן איינצאל (Tú)amasamabasamasteamarásamarías
דריטער פערזאן איינצאל (El/Ella)amaamabaamóamaráamaría
ערשטער פערזאן מערצאל (Nosotros)amamosamábamosamamosamaremosamaríamos
צווייטער פערזאן מערצאל (Vosotros)amáisamabaisamasteisamaréisamaríais
דריטער פערזאן מערצאל (Ellos/Ellas)amanamabanamaronamaránamarían
Comer - עסן, רעגולערער ווערב er
ערשטער פערזאן איינצאל (Yo)comocomíacomícomerécomería
צווייטער פערזאן איינצאל (Tú)comescomíascomistecomeráscomerías
דריטער פערזאן איינצאל (El/Ella)comecomíacomcomerácomería
ערשטער פערזאן מערצאל (Nosotros)comemoscomíamoscomimoscomeremoscomeríamos
צווייטער פערזאן מערצאל (Vosotros)coméiscomíaiscomisteiscomeréiscomeríais
דריטער פערזאן מערצאל (Ellos/Ellas)comencomíancomieroncomeráncomerían
Vivir - לעבן, רעגולערער ווערב ir
ערשטער פערזאן איינצאל (Yo)vivovivíavivíviviréviviría
צווייטער פערזאן איינצאל (Tú)vivesvivíasvivistevivirásvivirías
דריטער פערזאן איינצאל (El/Ella)vivevivíavivviviráviviría
ערשטער פערזאן מערצאל (Nosotros)vivimosvivíamosvivimosviviremosviviríamos
צווייטער פערזאן מערצאל (Vosotros)vivísvivíaisvivisteisviviréisviviríais
דריטער פערזאן מערצאל (Ellos/Ellas)vivenvivíanvivieronviviránvivirían


Wikipedia
וויקיפּעדיע אויף שפאניש
אפיציעלע שפראכן פונעם אייראפעישן פארבאנד
 
אונגעריש · איטאליעניש · איריש · בולגאריש · גריכיש · דייטש · דעניש · האלענדיש · טשעכיש · ליטוויש · לעטיש · מאלטעזיש · סלאוואקיש · סלאוועניש · ענגליש · עסטיש ·
פארטוגעזיש · פויליש · פיניש · פראנצויזיש · קראָאַטיש · רומעניש · שפאניש · שוועדיש


רעפערענצן

🔥 Top keywords: הויפט זייטJDNאייוועלטצווייטע וועלט-מלחמהװיקיפּעדיע:וועגןװיקיפּעדיע:אינהאלטהילף:אינהאלטהמחדשװיקיפּעדיע:קאנטאקט אונדזװיקיפּעדיע:פארלאמענטבאַזונדער:זוכןװיקיפּעדיע:אריינפירפארטאל:אקטועלע געשעענישןוויקיפעדיעיידישישראלמנשה לוסטיגװיקיפּעדיע:קלארשטעלונגװיקיפּעדיע:קאווע שטיבלהאמאסעקסואלוטעטמה נשתנהדי יראַניאַן באַפאַלן אויף ישראל (2024)ביזנעסאיילת שקדאלעזר מנחם מן שךסאטמאר (הויף)2023 ישראל–כאמאס קריגבאַזונדער:לעצטע ענדערונגעןפראסקווידעא שפילליסטע פון לשון-קודש ווערטער אין יידישישׂראלװיקיפּעדיע:פעסטשטעלןיואל לאנדאענגלישהגדה של פסחקובארוסלאנדדאווענען