אוטאר פראדעש
|
אוטאַר פראַדעש (ענגליש: Uttar Pradesh; הינדי: उत्तर प्रदेश; אורדו: اتر پردیش צפונדיקער פראווינץ) איז איינער פון די 29 שטאטן פון אינדיע. ער געפינט זיך אין צפון אינדיע, ארומגענומען מיט ראדזשאסטהאן אין מערב, האריאנא און דעלהי אין צפון־מערב, אוטאראקהאנד און דעם לאנד נעפאל אין צפון, ביהאר אין מזרח, דזשארקהאנד אין דרום־מזרח און מאדהיא פראדעש אין דרום־מערב.
די הויפטשטאט איז לוקנאו. די שפראכן פון דעם שטאט זענען הינדי און אורדו.
אוטאַר פראַדעש באדעקט א שטח פון 243,290 ק"מ², 6.88% פונעם גאנצן שטח פון אינדיע, און איז דער פערטער גרעסטער שטאַט פון אינדיע לויט שטח.מיט א באפעלקערונג פון 199,581,477 מענטשן (אין 2011), איז אוטאַר פראַדעש דער גרעסטער שטאַט פון אינדיע לויט באפעלקערונג.
וועבלינקען
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אוטאר פראדעש
🔥 Top keywords: הויפט זייטJDNאייוועלטצווייטע וועלט-מלחמהװיקיפּעדיע:וועגןװיקיפּעדיע:אינהאלטהילף:אינהאלטהמחדשװיקיפּעדיע:קאנטאקט אונדזװיקיפּעדיע:פארלאמענטבאַזונדער:זוכןװיקיפּעדיע:אריינפירפארטאל:אקטועלע געשעענישןוויקיפעדיעיידישישראלמנשה לוסטיגװיקיפּעדיע:קלארשטעלונגװיקיפּעדיע:קאווע שטיבלהאמאסעקסואלוטעטמה נשתנהדי יראַניאַן באַפאַלן אויף ישראל (2024)ביזנעסאיילת שקדאלעזר מנחם מן שךסאטמאר (הויף)2023 ישראל–כאמאס קריגבאַזונדער:לעצטע ענדערונגעןפראסקווידעא שפילליסטע פון לשון-קודש ווערטער אין יידישישׂראלװיקיפּעדיע:פעסטשטעלןיואל לאנדאענגלישהגדה של פסחקובארוסלאנדדאווענען