אריסטא

אַריסטא (גריכיש: Ἀριστοτέλης אַריסטאטעלעס; 384- ביז 7טן מערץ 322-) איז געווען פון די װעלט־גרעסטע פילאסאפן. ער האט געלעבט אין די צייטן פון די חכמי המשנה, ער האט זיך געטראפען מיט שמעון הצדיק דער כהן גדול, און איז זייער באאיינדרוקט געווארן פון זיין גרויס קלוגשאפט. ער איז געווען דער לערער פון אלעקסאנדער דער גרויסער.

אריסטא
Ἀριστοτέλης
געבורט384 לפנה״ס
Q2042616 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט322 לפנה״ס (אלט 62 בערך)
Q83958 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
וואוינארטאטען, אטען רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאךפילאסאף רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

אריסטא איז געווען א גרויסער דענקער, רוב השקפות און שיטות וואס שטאמען פון די אלטגריכישע פילאסאפן און רוימישע פילאסאפן שטאמען פון אים, עס ווערט דערמאנט א סך ספרים וואס ער האט מחבר געווען.

אַריסטא אין די ספֿרי־קודש

דער רמב"ם אין זיין ספר מורה נבוכים ברענגט אסאך פון אים און בויט אויף זיינע געדאנקען א סך.

דער ספר "ילקוט מעם לועז" ברענגט א בריוו פון אריסטא צו זיין תלמיד אלכסנדר מוקדון ערקלערענדיג אז ער האט זייער חרטה אויף אלע זיינע מיינונגען ביז היינט, וויבאלד זייט ער איז צוגעקומען צו די אידישע גלויבן האט ער איינגעזען אז דאס איז דאס ריכטיגע גלויבן, און אלע קושיות זענען אים ווי פארשוואונדן געווארן, און אלץ האט זיך אויסגעגראדט אויפן גלייכסטן אופן וואס נאר מעגליך, און עס איז א גרויסע שאד אז ער קען נישט צוריקציען פון זיינע מיינונגען ווייל עס איז שוין אפגעשריבן און פארשפרייט איבער דער גאנצער וועלט.‏[1]

דער "מגדל עוז" דערציילט אז אריסטא האט זיך אליינס גענומען דאס לעבן ווען ער האט שטודירט א געוויסע טייך פארוואס די וואסער לויפן אראפ און דערנאך צוריק ארויף אין געוויסע צייטן, און אזוי ווי ער האט עס נישט געקענט דערגיין, האט ער זיך גענומען דאס לעבן (מגדול עוז, להגאון יעב"ץ)

עס שטייט אין ספר יוסיפון, אז מען האט אמאל געכאפט אריסטא טאן זייער א נישט צניעותדיגע זאך, ער איז געווען א נאנטער מענטש צום קעניג, און האט זיך פארליבט אין דער קעניגן, און האט געהאט סקס מיט איר, און ווען מען האט אים אפירגעהאלטן פון וואו קומט עס צו אים - אזא גרויסער פילאסאף וואס פרעדיגט אלץ עטיקס וכדומה - זאל אליינס אדורך פאלן מיט אזא הארבע זאך? האט ער געענטפערט: ווען איך האלט א רעדע בין איך טאקע אריסטא דער גרויסער פילאסאף, אבער נאכדעם ווען עס קומט צו די מענטשליכע תאוות בין איך דאך א מענטש.

דער חיד"א ברענגט אין זיינע ספרים אז אויב אריסטא וואלט ווען געזען מיט זיינע פליישיגע אויגן יציאת מצרים און די גרויסע ניסים וואס האט דאן פאסירט וואלט ער זיך ווען געברויכן און וואלט מודה געווען אין חידוש העולם, און אז דער וועלט האט א האר (חומת אנ"ך תהלים קאפיטל קי"ז, פני דוד פרשת בא).

רעפערענצן


פילאסאפיע
פראמינענטע מענטשן
פילאסאפן פון דער אוראלטער תקופהלאא ציקאנפוציוסטאלעספיטאגאראס • העראקליטוס • מו דזה • בודהא • פארמענידעס • פראטאגאראס • דעמאקריטוס • סאקראטעספלאטאןאריסטא • זענאן פון קיטיון • טימאן פון פליוס • פירון מאליס • פלוטינוס • שון דזה • קונדה-קונדה
פילאסאפן פונעם מיטל אלטעראויגוסטינוס • דזשאן דנס סקוטוס • אוויצענא • ג'ו שי • רמב"םטאמאס פון אקווינא • וויליאם פון אקאם • ניקאלא מאקיאוועלי • טאמאס האבס • פראנסיס בייקאן
מאדערנע פילאסאפןרענע דעקארטברוך שפינאזאגאטפריד לייבניץדזשאן לאק • דזשארדזש בארקלי • דייוויד היוםזשאן-זשאק רוסאאימאנועל קאנט • דזשערעמי בענטאם • געארג העגל • דזשאן סטיוארט מיל • ארטור שאפנהאוער • סרן קירקגור • קארל מארקספרידריך ניצשע
היינטיקע פילאסאפןגאטלאב פרעגע • דזשאן דיואי • עדמונד הוסרל • מארטין היידעגער • בערטראנד ראסל • רודאלף קרנפ • לודוויג וויטגנשטיין • קארל המפל • זשאן-פאל סארטרע • ווילארד וואן אורמאן קוויין • דזשאן רולס • יורגן האברמאס • מישל פוקו
פילאסאפיע פארטאל
🔥 Top keywords: הויפט זייטJDNאייוועלטצווייטע וועלט-מלחמהװיקיפּעדיע:וועגןװיקיפּעדיע:אינהאלטהילף:אינהאלטהמחדשװיקיפּעדיע:קאנטאקט אונדזװיקיפּעדיע:פארלאמענטבאַזונדער:זוכןװיקיפּעדיע:אריינפירפארטאל:אקטועלע געשעענישןוויקיפעדיעיידישישראלמנשה לוסטיגװיקיפּעדיע:קלארשטעלונגװיקיפּעדיע:קאווע שטיבלהאמאסעקסואלוטעטמה נשתנהדי יראַניאַן באַפאַלן אויף ישראל (2024)ביזנעסאיילת שקדאלעזר מנחם מן שךסאטמאר (הויף)2023 ישראל–כאמאס קריגבאַזונדער:לעצטע ענדערונגעןפראסקווידעא שפילליסטע פון לשון-קודש ווערטער אין יידישישׂראלװיקיפּעדיע:פעסטשטעלןיואל לאנדאענגלישהגדה של פסחקובארוסלאנדדאווענען