לאָגיק איז די וויסנשאפט פון פארשטאנד און באווייזן. עס איז אן אפטייל פון פסיכאלאגיע און מאטעמאטיק. דורך א לאגישע טעאריע קען מען אנטשיידן צי עטוואס איז אמת אדער פאלש. די יסודות פון לאגיק האט אוועקגעשטעלט דער לאגישער אריסטא.
דער באוווסטער ביישפיל פון אריסטא צו מסביר זיין וואס איז לאגיק, איז ווי פאלגנדיק: אויב מיר ווייסן אז א מענטש איז שטערבלעך, און מיר ווייסן אז אריסטא איז א מענטש, מוז דאך זיין אז אריסטא איז שטערבלעך.
לאגיק אין א קאמפיוטער הייסט אלגאריטם ווייל א קאמפיוטער פראגראם איז געבויעט אויף אן אויפן וואס גיט דעם קאמפיוטער אונטעריכטן וואס צו פראצעסן.
היסטאריע
אין אנהייב איז לאגיק געווען בלויז אין די פילאסאפישע קלאסיפיקאציע, אבער במשך די לעצטע הונדערטע יארן האט מען עס צוגעלייגט אויך אין די מאטעמאטישע קלאסיפיקאציע, וואס מען רופט 'מאטעמאטיק לאגיק.