גאטפריד ווילהעלם לייבניץ

גאטפֿריד ווילהעלם (פֿאן) לייבניץ (דײַטש: Gottfried Wilhelm von Leibniz; ‏1טן יולי[1] 1646 - 14טן נאוועמבער 1716) איז געווען א דייטשער פילאסאף און מאטעמאטיקער. ער האט געשריבען אויף לאטיין, פראנצויזיש און דייטשיש.

גאטפריד ווילהעלם לייבניץ
Gottfried Wilhelm Leibniz
געבורט1 יולי 1646
לייפציג, Q156199, הייליגע רוימישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט14 נאוועמבער 1716 (אלט 70)
האנאווער, Q706018, הייליגע רוימישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פרסיםקאלעגע פון דער קעניגלעכער געזעלשאפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
גאטפריד ווילהעלם לייבניץ

לייבניץ פארנעמט א פראמינענטן ארט אין דער היסטאריע פון מאטעמאטיק צוליב דעם וואס ער האט אנטוויקלט דעם קאלקולוס אומאפהענגיק פון אייזיק ניוטאן, און די סימבאלן וואס לייבניץ האט איינגעפירט ניצט מען נאך היינט. ער האט ראפינירט די בינארישע סיסטעם, וואס איז דער יסוד פון כמעט אלע קאמפיוטערס. לייבניץ פארנעמט אויך א פראמינענטן ארט אין דער היסטאריע פון פילאסאפיע. ער איז געווען, צוזאמען מיט רענע דעקארט און ברוך שפינאזא, פון די גרעסטע אדוואקאטן פאר די פילאזאפיע פון ראציאנאליזם.

לייבניץ האט אויך בייגעשטייערט אין א שיינעם אופן צו פיזיק און טעכנאלאגיע, און האט פארויסגעזען איינפאלן און באגריפן וואס זענען אויסגעטונקען הערשט אסאך שפעטער אין ביאלאגיע, מעדיצין, געאלאגיע, ווארשיינלעכקייט טעאריע, פסיכאלאגיע, פילאלאגיע און אינפארמאציע טעאריע.

ביאגראפיע

גאטפריד לייבניץ איז געבוירן געווארן דעם 1טן יולי 1646 אין לייפציג, זאקסן, צו זיין פאטער פרידריך לייבניץ און זיין מוטער קאטערינא שמוק. זיין פאטער איז געשטארבן ווען ער איז געווען אלט זעקס יאר. ביי 15 יאר האט ער אנגעהויבן שטודירן אין אוניווערסיטעט.

אין 1672 האט זיך לייבניץ געצויגן קיין פאריז, פראנקרייך. קורץ נאכער האט ער געטראפן דעם האלענדישן פיזיקער און מאטעמאטיקער כריסטיאן הויגנס און ער האט איינגעזען אז ער דארף שטודירן ווייטער מאטעמאטיק און פיזיק. דאס האט ער טאקע געטון, מיט הויגנס זיין מענטאר, ביז ער האט געמאכט וויכטיקע ביישטייערונגען צו ביידע טעמעס, און ער האט דערפינדן זיין ווערסיע פון דעם אינטעגראלן און דיפערענציאלן קאלקולוס.

לייבניץ איז געווען דער ערשטער צו ניצן דאס ווארט "פונקציע" אין מאטעמאטיק, און האט פארשטאנען אז מען קען לייזן א סיסטעם פון לינעארע גלייכונגען דורך דעם מאטריקס פון די קאעפיציענטן.

איינער פון זיין מערסט באקאנטע סטודענטן אין יאהאן בערנולי.

רעפערענצן


פילאסאפיע
פראמינענטע מענטשן
פילאסאפן פון דער אוראלטער תקופהלאא ציקאנפוציוסטאלעספיטאגאראס • העראקליטוס • מו דזה • בודהא • פארמענידעס • פראטאגאראס • דעמאקריטוס • סאקראטעספלאטאןאריסטא • זענאן פון קיטיון • טימאן פון פליוס • פירון מאליס • פלוטינוס • שון דזה • קונדה-קונדה
פילאסאפן פונעם מיטל אלטעראויגוסטינוס • דזשאן דנס סקוטוס • אוויצענא • ג'ו שי • רמב"םטאמאס פון אקווינא • וויליאם פון אקאם • ניקאלא מאקיאוועלי • טאמאס האבס • פראנסיס בייקאן
מאדערנע פילאסאפןרענע דעקארטברוך שפינאזאגאטפריד לייבניץדזשאן לאק • דזשארדזש בארקלי • דייוויד היוםזשאן-זשאק רוסאאימאנועל קאנט • דזשערעמי בענטאם • געארג העגל • דזשאן סטיוארט מיל • ארטור שאפנהאוער • סרן קירקגור • קארל מארקספרידריך ניצשע
היינטיקע פילאסאפןגאטלאב פרעגע • דזשאן דיואי • עדמונד הוסרל • מארטין היידעגער • בערטראנד ראסל • רודאלף קרנפ • לודוויג וויטגנשטיין • קארל המפל • זשאן-פאל סארטרע • ווילארד וואן אורמאן קוויין • דזשאן רולס • יורגן האברמאס • מישל פוקו
פילאסאפיע פארטאל
🔥 Top keywords: הויפט זייטJDNאייוועלטצווייטע וועלט-מלחמהװיקיפּעדיע:וועגןװיקיפּעדיע:אינהאלטהילף:אינהאלטהמחדשװיקיפּעדיע:קאנטאקט אונדזװיקיפּעדיע:פארלאמענטבאַזונדער:זוכןװיקיפּעדיע:אריינפירפארטאל:אקטועלע געשעענישןוויקיפעדיעיידישישראלמנשה לוסטיגװיקיפּעדיע:קלארשטעלונגװיקיפּעדיע:קאווע שטיבלהאמאסעקסואלוטעטמה נשתנהדי יראַניאַן באַפאַלן אויף ישראל (2024)ביזנעסאיילת שקדאלעזר מנחם מן שךסאטמאר (הויף)2023 ישראל–כאמאס קריגבאַזונדער:לעצטע ענדערונגעןפראסקווידעא שפילליסטע פון לשון-קודש ווערטער אין יידישישׂראלװיקיפּעדיע:פעסטשטעלןיואל לאנדאענגלישהגדה של פסחקובארוסלאנדדאווענען