געשמעלץ

א געשמעלץ אדער לעגירונג (ענגליש: alloy) איז א געמישעכץ פון צוויי מעטאלן (אדער א כעמישער עלעמענט מיט א מעטאל) וואס זענען געמישט מיט פארשידענע מעטאל עלעמענטן.

צו מאכן דעם געשמעלץ, שמעלצט מען די צוויי באשטאנדטיילן, און מען מישט זיי ווען זיי זענען פליסיג. ווען זיי קילן אפ, ווערט דער געשמעלץ הארט.

די מערסטע גענוצטע געשמעלצן זענען:


  • מעש ווערט געמאכט פון 35% צינק און 65% קופער. מען ניצט אים פאר מוזיקאלישע אינסטרומענטן, צירינג און קראנען.
  • שטאל ווערט געמאכט פון 99% אייזן און 1% קוילנשטאף. מען ניצט אים פאר געצייג, אויטאמאבילן, מאשינען, שינעס און באלקנס.
  • זשאווערפרייער שטאל ווערט געמאכט פון 18% כראם, 80.6% אייזן, 1% ניקל און 0.4% קוילנשטאף. מען ניצט אים פאר בעשטעק, טעפ און כירורגישע געצייג.
  • בראנדז ווערט געמאכט פון 87.5% קופער און 12.5% צין. מען ניצט אים פאר שיפן און שרויפן.