דזשארדזש קארלין

אמעריקאנער קאמיקער

דזשאָרדזש דעניס פעטריק קאַרלין (ענגליש: George Denis Patrick Carlin;‏ 12טן מיי 1937 - 22סטן יוני 2008) איז געווען אן אמעריקאנער קאמיקער, סאטיריסט, אקטיאר און שרייבער.

דזשארדזש קארלין
George Carlin
געבורט12 מאי 1937
ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט22 יוני 2008 (אלט 71)
פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינהפאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
georgecarlin.com
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
קארלין ביי אן אויפטריט אין 2008

ער ווערט פאררעכנט אלס איינע פון די מעהרסטע איינפלוסרייכסטע "סטענד-אפ" קאמיקער אין די פאראייניגטע שטאטן. ער איז ספעציעהל באקאנט מיטן ארויסברעהנגען די וויכטיגקייט פון "פרייהייט פון ווארט", טראכטן זעלבסטשטענדיג און נישט גלייבן די רעגירונג בלינדערהייט.

ער פלעהגט צועהרשט ערשיינען רעגלמעהסיג אויף די טונייט שאו טעלעוויזיע פראגראם פון דזשאני קארסן. און שפעהטער האט ער זיך באריהמט געמאכט מיט זיינע "עיטש בי או ספּעשל'ס".

ביאגראפיע

ער איז געבוירן אין מאנהעטן, ניו יארק צו אן אימיגראנט פון אירלאנד. זיינע עלטערן האבן זיך צוטיילט ווען ער איז געוועהן צוויי מאנאטן אלט.

אין זיינע יונגע יאהרן

ער איז אויפגעצויגן געווארן קאטויליש, אבער איז שפעהטער געווארן אַן אטעיסט און פון די שטארקע קריטיקיהרער פון רעליגיע.

נאכן ארויספאלן פון א קאטוילישער שולע ביי די זעכצן, האט ער געדיענט אין דעם לופט-פלאָט פון דער מיליטער וואו מען האט עהם באפרייט אום יולי 1957 פאַרן נישט זיין גענוג פראדוקטיוו.

אין יוני 2008 איז ער געשטארבן אין סאנטא מאניקא, קאליפארניע.

ער איז געוועהן פארהייראט צוויי מאהל און האט איין טאכטער קעלי פון זיין עהרשטער פרוי.

ווערק

דיסקאגראפיע

  • עף עם & עי עם, 1972
  • קלאס קלאון, 1972
  • אויף דער שאסיי, 1977
  • א פלאץ פאר מיינע זאכן, 1981
  • קארלין אויף דער קעמפוס, 1984
  • שפיהלן מיט דיין קאפ, 1986
  • וואס טוה איך אין ניו דזשערזי?, 1988
  • צוריק אין טאון, 1996
  • דאס לעהבן איז וועהרט צו פארליהרן, 2006

פילמאגראפיע

ביבליאגראפיע

  • ברעין דראפינגס, 1997
  • נאפאלם און סילי פוטי, 2001
  • היט מיין שפראך, 2009
  • לעצטע ווערטער, 2009

אויסצייכענונגען

  • אמעריקען קאמעדי אווארדס, פיער
  • גרעמי אווארד, זיבן
  • מארק טוועין פרייז, 2008

וועבלינקען

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: דזשארדזש קארלין