קאליפארניע

קאַליפארניע איז איינע פון די פופציג שטאטן פון אמעריקע. איר הויפטשטאט איז סאקראמענטא.

חותם קליפורניה
קאליפארניע אין די פאראייניגטע שטאטן

עס געפונט זיך מער צו מערב זייט לעבן דער גרענעץ פון מעקסיקא און בעיקר לעבן די וואסערן פון פאציפישן אקעאן.

פון אירע גרויסע באקאנטע שטעט זענען לאס אנדזשעלעס, סאן פראנציסקא, און סאן דיעגא.

פון די אינטערעסאנטע זאכן אין קאליפארניע, איז דער "גאלדענער טויער בריק" אין סאן פראנציסקא. די סעקוואיע ביימער אין סעקוואיע פארק, זיי דערהויבן זיך צו א הויך פון הונדערט מעטער (דריי הונדערט פוס). צווישן זיי געפינט זיך דער גענעראל שערמאן, א ריזן בוים וואס איהר הויך דערגרייכט פינף און אכציג מעטער, איהר שטאם איז לערך איין און דרייסיג מעטער אין ארומנעם. מען שאצט אז דער בוים איז אלט איבער פיר טויזנט יאר.

די אפיציעלע שטאַט בלום פון קאליפארניע איז דאס קאליפארניער מאנרענדל.

דזשערי בראון איז גאווערנאר.

שטעט אין קאליפארניע

טראנספארט

גלענדייל אויטאסטראד

א גרויסער טייל פון קאליפארניע איז באדעקט מיט אויטאסטראדן און שאסייען; מען דארף נישט צאלן צו פארן אויף זיי.

די הויפט פליפעלדער פון קאליפארניע זענען לאס אנדזשעלעס אינטערנאציאנאלע פליפעלד און סאן פראנציסקא אינטערנאציאנאלע פליפעלד.

דער שטאַט האט צוויי גרויסע פארטן—לאס אנדזשעלעס פארט און אקלאנד פארט.

צווישן די שטעט פארט די אמטראק באן.

עקאנאמיע

קאליפארניע׳ס עקאנאמיע ראנגירט מיט די גרעסטע עקאנאמיעס אין דער וועלט. אין 2018 איז דער ברוטא שטאַט פראדוקט געווען $3.0 טריליאן ($76,000 פער מענטש), די גרעסטע אין די פאראייניגטע שטאטן.[1] קאליפארניע איז פאראנטווארטלעך פאר 1/7 פון די פאראייניגטע שטאטנ׳ס אומגעפער $20 טריליאן ברוטא אינלענדישן פראדוקט (בא״פ).[2] ווי אין 2018, איז קאליפארניע׳ס נאמינאלן בא״פ גרעסער פון אלע לענדער אחוץ פיר (די פאראייניגטע שטאטן , כינע, יאפאן און דייטשלאנד).[3][4] אין טערמינען פון קויפקראפט-פאריטעט terms of Purchasing Power Parity,[5] איז זי גרעסער פון אלע לענדער אחוץ אכט (די פאראייניגטע שטאטן, כינע, אינדיע, יאפאן, דייטשלאנד, רוסלאנד, בראזיל און אינדאנעזיע).[6]

איר באפעלקערונג

די באפעלקערונג פונעם שטאַט לויטן 2020 צענזוס איז 39,538,223, די מערסטע אין די פאראיינגטע שטאטן.

איו קאליפארניע וואוינען 235.7 מענטשן פער סקווער מייל, די דרייצענטע מערסטע אין די פאראייניכטע שטאטן,

רעפערענצן


די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע
אהאיאאייאוועאיידעהאאילינויאינדיאנעאלאבאמאאלאסקעאקלעהאמעאריזאנעארעגאןארקענסאדזשארדזשיעדעלעווערדרום דעקאטעדרום קאראליינעהאוואיוואשינגטאןוויאמינגווירדזשיניעוועסט ווירדזשיניעוויסקאנסיןווערמאנטטענעסיטעקסאסיוטאלואיזיאנאמאנטענעמאסאטשוסעטסמישיגןמינעסאטעמיסיסיפימיזורימעיןמערילאנדניו העמפשערניו זשערסיניו יארקניו מעקסיקאנעבראסקאנעוואדאפלארידעפענסילוועניעצפון דעקאטעצפון קאראליינעקאלאראדאקאליפארניעקאנעטיקעטקענזעסקענטאקיראוד איילענד
🔥 Top keywords: הויפט זייטJDNאייוועלטצווייטע וועלט-מלחמהװיקיפּעדיע:וועגןװיקיפּעדיע:אינהאלטהילף:אינהאלטהמחדשװיקיפּעדיע:קאנטאקט אונדזװיקיפּעדיע:פארלאמענטבאַזונדער:זוכןװיקיפּעדיע:אריינפירפארטאל:אקטועלע געשעענישןוויקיפעדיעיידישישראלמנשה לוסטיגװיקיפּעדיע:קלארשטעלונגװיקיפּעדיע:קאווע שטיבלהאמאסעקסואלוטעטמה נשתנהדי יראַניאַן באַפאַלן אויף ישראל (2024)ביזנעסאיילת שקדאלעזר מנחם מן שךסאטמאר (הויף)2023 ישראל–כאמאס קריגבאַזונדער:לעצטע ענדערונגעןפראסקווידעא שפילליסטע פון לשון-קודש ווערטער אין יידישישׂראלװיקיפּעדיע:פעסטשטעלןיואל לאנדאענגלישהגדה של פסחקובארוסלאנדדאווענען