טאנגא

טאנגאַ, אפיציעל דאס קעניגרייך פון טאנגא (ענגליש: "Kingdom of Tonga"; טאנגאאיש: Puleʻanga Fakatuʻi ʻo Tonga) איז א פאלינעזישער סואווערענער אינזל לאנדאין אקעאניע. דער ארכיפעלאג באשטייט פון 177 אינזלען מיט א סה"כ שטח פון 750 קוואדראט ק"מ פארשפרייט אינעם דרומדיקן פאציפישן אקעאן, וואס 52 פון זיי זענען באפעלקערט דורך 103,000 איינוואוינער.

קעניגרייך פון טאנגאַ
Puleʻanga Fakatuʻi ʻo Tonga
פאן טאנגא
פאן טאנגא
סימבאָל טאנגא
פֿאָןהערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון טאנגא
אָרט פֿון טאנגא
קאָנטינענטאקעאניע
אָפֿיציעלע שפּראַךטאנגאאיש
ענגליש
הויפּטשטאָטנוקו'אלאפא 21°08′S 175°12′E / 21.133°S 175.200°E / -21.133; 175.200
גרעסטע שטאָטנוקו'אלאפא
רעגירונגפארלאמענטארע קאנסטיטוציאנעלע מאנארכיע
מאנארך
פּרעמיער מיניסטער
טופו דער זעקסטער
אקליסי פאהיווא
גרינדונג דאַטום
אוראלט
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
748 קוואַדראַט ק"מ
186סטער
4.0
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

103,036 (2011)
190סטער
142.5 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע$846 מיליאן (207ט)
וואַלוטעTOP פא'אנגא
צײַט זאָנע+13
אינטערנעט דאָמעןto.
טעלעפֿאָן קאָד676+

טאנגא באציט זיך 800 קילאמעטער צפון-דרום, מיט פידזשי אין צפון־מערב, סאמאא אין צפון־מזרח, ניוע אין מזרח, קערמאדעק (ניו זילאנד) אין דרום־מערב און ניי קאלעדאניע און וואנואטו אינעם ווייטערן מערב.


געאגראפיע

טאנגאַ איז אן ארכיפעלאג פון 177 קליינע אינזלען, פון וואס זענען 52 באפעלקערט. פון צפון ביז דרום איז א מהלך פון 800 ק"מ.


דעמאגראפיע

די באפעלקערונג פון טאנגאַ איז 98% פאלינעזער, 2% אייראפעישע אדער געמישט אייראפעיש און פאלינעזיש.

די מערסט פארשפרייטערטע רעליגיע איז קריסטנטום (מעטאדיסטן, קאטאליקן און מארמאנען).זונטיק אין טאנגא איז א הייליגער טאג און אלע געשעפטן און פארוויילונג ערטער זענען פארמאכט.

בילדונג איז פליכטלעך פאר אלע קינדער פון 6 יאר אלט ביז 14.

עקאנאמיע

טאנגא איז געווארן א מיטגליד אין דער וועלט האנדל ארגאניזאציע אין 2007.

וועבלינקען

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: טאנגא