טרימורטי

באגריף אין הינדואיזם

טרימורטי (סאנסקריט: त्रिमूर्तिः) איז א באגריף אין הינדואיזם וואס באדייט די דריי געטשקעס, בראהמא, ווישנו און שיווא.

שטרעמונגען אין הינדואיזם

סוירא

דער סוירא סעקט דינט סוריא און האלט נישט פון טרימורטי.

וויישנאוויזם

וויישנאוויזם האלט נישט פונעם באגריף פון טרימורטי. למשל, אין דער עסקאלע פון דווייטא גלייבן זיי אז נאר די געטשקע ווישנו פירט.

שאקטיאיזם

די שאקטי האלטן פון אנדערע דריי געטשקעס, נקיבות, וואס זיי רופן טרידעווא, און נישט פון טרימורטי.

וועבלינקען

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: טרימורטי