יאנגצע

דער יאַנגצע (ענגליש: Yangtze; כינעזיש: 長江 טשאַנג דזיאַנג), איז דער לענגסטער טייך אין כינע און אזיע; און דער דריטער לענגסטער טייך אין דער וועלט (נאך די אמאזאנאס און נילוס טייכן. דער 6,148 ק"מ לאנג טייך קומט ארויס אין טיבעט אין מערב כינע, און פליסט אדורך כינע ביז ער גיסט ארויס אין דעם מזרח כינע ים, א טייל פונעם פאציפישן אקעאן.

יאנגצע
קוטאן בארגשפאלט
לענג6,148 קילאמעטער
קוואלגעלאדאנדאנג
הייך פונעם טייכס קוואל5,042 מעטער
דרענאזש בעקן1,808,500 קוואדראט קילאמעטער
דורכשניטלעכער אויסגאס

- ארט

30,166 קובישע מעטער א סעקונדע

מזרח כינע ים

לענדער אין דרענאזש בעקן כינע

די גרעסטע הידרא־עלעקטרישע קראפטסטאנציע אין דער וועלט, די דריי-שלוכטן-דאמבע, געפינט זיך אויפן יאנגצע טייך.

היסטאריע

אין היסטארישע צייטן איז די יאנגצע געווען דער גרענעץ צווישן דרום כינע און צפון כינע. (זעט היסטאריע פון כינע.)

רעפערענצן