פאלינעזיע

טייל פון אקעאניע

פּאָלינעזיע (פון גריכיש: πολύς פּאָליס "פֿיל" און גריכיש: νῆσος נעסאָס "אינזל") איז אַן אונטער־ראַיאָן פון  אקעאַניע, וואָס באַשטייט פון מער ווי 1,000 אינזלען פאַרשפּרייט איבער צענטראַל און דרום פּאַציפישן אָקעאַן. די אַלט־געזעסענע מענטשן וואָס באַוואוינען די אינזלען פון פּאָלינעזיע ווערן גערופן פּאָלינעזער, און האָבן פילע געמיינזאַמע ענלעכע אייגנשאַפטן כולל שפּראַך־פאַמיליע, קולטור און גלויבנס. היסטאָריש האָבן זיי אַ שטאַרקע טראַדיציע פון זעגלען און ניצן די שטערן צו נאַוויגירן בײַנאַכט.

אין פּאָלינעזיע ווערן אַרײַנגערעכנט אַלע אינזלען אין דעם פּאָלינעזיע־דרײַעק.
די דרײַ הויפּט קולטורעלע שטחים אין דעם פּאַציפישן אָקעאַן: מעלאַנעזיע, מיקראָנעזיע און פּאָלינעזיע

דעם טערמין פּאָלינעזיע האָט דער פראַנצויזישער שרײַבער שאַרל דע בראָס געניצט צום ערשטן מאָל אין יאָר 1756, און אָריגינעל האָט מען עס געניצט פאַר אַלע אינזלען אין דעם פּאַציפיק.

געאָגראַפיע

קוק׳ס בוכטע אויף  מורעע, פראַנצויזישע פּאָלינעזיע
מאָקאָליאי אינזל לעבן אָאַהו, האַוואַי

געאָלאָגיע

געאָגראַפישער שטח

אינזל גרופּעס

האַרץ־שטח

לאַנד הערות
  אמעריקאנישער סאמאאאויטאָנאָמישע טעריטאָריע פון די פאַראייניקטע שטאַטן 
האוואיא שטאַט פון די פאַראייניקטע שטאַטן
  וואליס און פוטונעקאָלעקטיוו פון פראַנקרײַך
טאָנגעאומאָפּהענגיקע פאָלק
  טאקעלאומעבר־לים טעריטאָריע פון ניו זילאַנד
טואוואלואומאָפּהענגיקע פאָלק
נארפאלק אינזלאויסטראַלישע אויסלענדישע טעריטאָריע
ניו זילאַנדאומאָפּהענגיקע פאָלק
  ניועאויטאָנאָמישע לאַנד אַסאָציאירט מיט ניו זילאַנד
סאמאאאומאָפּהענגיקע פאָלק
פאסכע אינזלפּראָווינץ פון טשילע
פיטקערןבריטישע מעבר־לים טעריטאָריע
  פראנצויזישע פאלינעזיעמעבר־לים לאַנד פון פראַנקרײַך
  קוק אינזלעןאויטאָנאָמישע לאַנד אַסאָציאירט מיט ניו זילאַנד
  ראטומעטעריטאָריע פון פידזשי

רעפערענצן