צפון מאקעדאניע

צפֿון־מאַקעדאָניע (מאקעדאניש: Македонија), אפיציעל די רעפובליק פון צפון־מאקעדאניע (Република Северна Македонија, רעפובליקאַ מאַקעדאניאַ [rɛˈpublika makɛˈdɔnija]) איז א לאנד אין דעם צענטראלן באלקאנער האלבאינזל אין דרום-מזרח אייראפע. זי איז איינע פון די נאכפאלג לענדער פון דער אמאליגער יוגאסלאוויע, פון וועלכער זי האט פראקלאמירט זעלבשטענדיקייט אין 1991. א לאנד איינגעשלאסן לאנד, מאקעדאניע גרענעצט סערביע צו צפון, בולגאריע צו מזרח, גריכנלאנד צו דרום און אלבאניע צו מערב.[1] זי באשטייט בערך די צפון־מערב העלפט פון דעם גרעסערן געאגראפישן ראיאן פון מאַקעדאָניע, וואָס נעמט איין אויך טיילן פון גריכנלאנד און בולגאַריע.

רעפובליק פון צפון־מאקעדאניע
Република Северна Македонија
פאן {{{נאמען}}}
פאן {{{נאמען}}}
סימבאָל {{{נאמען}}}
פֿאָןהערב
נאַציאָנאַלע זינגליד: {{{זינגליד}}}
אָרט פֿון {{{נאמען}}}
אָרט פֿון {{{נאמען}}}
קאָנטינענטאייראפע
אָפֿיציעלע שפּראַךמאקעדאניש
אלבאניש
הויפּטשטאָטסקאפיע 42°0′N 21°26′E / 42.000°N 21.433°E / 42.000; 21.433
רעגירונגפארלאמענטארישע רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
סטעווא פענדאראווסקי
דימיטאר קובאצ׳עווסקי
גרינדונג דאַטום
8.9.1991
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
25,713 קוואַדראַט ק"מ
145
1.9
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

1,836,713 (2021)
122
80.1 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדעביליאן $49.9
וואַלוטעמאקעדאנישער דענאר MKD
צײַט זאָנעUTC+1
אינטערנעט דאָמעןmk.
טעלעפֿאָן קאָד389+

די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז סקאָפּיע, מיט 506,926 באוווינער לויטן 2002 צענזוס. אנדערע שטעט זענען כולל ביטאלע, קומאנאווא, פרילעפ, טעטאווא, אהריד, וועלעס, שטיפ, קאטשאני, גאסטיוואר און סטרומיקע.

צפון־מאקעדאניע האט מער ווי 50 אזערעס און זעכצן בערג העכער ווי 2000 מעטער.

צפון־מאקעדאניע איז געווארן אַ מיטגליד פון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער אין 1993 אָבער, צוליב אַ פּאָלעמיק מיט גריכנלאנד וועגן דעם נאָמען, האט מען זי אריינגלאזט מיטן פראוויזארישן נאמען די געוועזענע יוגאסלאווישע רעפובליק פון מאַקעדאָניע.[2][3]אויך איז צפון־מאקעדאניע א מיטגליד אינעם אייראפע-ראט. זייט דעצעמבער 2005 קאנדידירט זי צו ווערן א מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד, און האט זיך געוואנדן צו ווערן א מיטגליד אין נאַטאָ.


רעפערענצן

🔥 Top keywords: הויפט זייטJDNאייוועלטצווייטע וועלט-מלחמהװיקיפּעדיע:וועגןװיקיפּעדיע:אינהאלטהילף:אינהאלטהמחדשװיקיפּעדיע:קאנטאקט אונדזװיקיפּעדיע:פארלאמענטבאַזונדער:זוכןװיקיפּעדיע:אריינפירפארטאל:אקטועלע געשעענישןוויקיפעדיעיידישישראלמנשה לוסטיגװיקיפּעדיע:קלארשטעלונגװיקיפּעדיע:קאווע שטיבלהאמאסעקסואלוטעטמה נשתנהדי יראַניאַן באַפאַלן אויף ישראל (2024)ביזנעסאיילת שקדאלעזר מנחם מן שךסאטמאר (הויף)2023 ישראל–כאמאס קריגבאַזונדער:לעצטע ענדערונגעןפראסקווידעא שפילליסטע פון לשון-קודש ווערטער אין יידישישׂראלװיקיפּעדיע:פעסטשטעלןיואל לאנדאענגלישהגדה של פסחקובארוסלאנדדאווענען