קאסמאס שאטל טשאלענדזשער

קאסמאס שאטל

קאָסמאָס שאַטל טשאַלענדזשער (ענגליש: Space Shuttle Challenger; דעזיגנירט OV-099) איז געווען די צווייטע קאָסמאָס שאַטל וואס NASA האט געבויט צו פֿליען צום קאָסמאָס. די שאַטל האט עקספּלאָדירט 73 סעקונדעס נאָך דעם וואָס זי האט אויפֿגעהויבן זיך פֿון קייפּ קאַנאַוועראָל דעם 28סטן יאנואר 1986. אַלע זיבן אַסטראָנויטן זענען אומגעקומען. די קראַך האט געשען ווייל אַ גומע רינג האט נישט אױסגעברײט צו פֿילן אן אַ רוים אין איין פֿון די פֿאַרגיכערונג ראַקעטעס, צוליב דאָס קאלט וועטער.

די טשאַלענדזשער עקספּלאָדירט נאָך צעשיקונג אין 1986

די טשאַלענדזשער איז געהייסן נאָך אַ שיף פֿונעם קעניגלעך פֿלאָט וואָס האט אויסגעפֿאָרשט די פּאַציפֿישן און אַטלאַנטישן אָקעאַנען צווישן 1872 און 1876.

מאַנשאַפֿט

די טשאַלענדזשער אַסטראָנויטן
  • פֿראַנסיס "דיק" סקאָבי (46)
  • מייקל דזשאָן סמיט (40)
  • דזשודיט רעזניק (36)
  • עליסאָן אָניזוקאַ (39)
  • ראָנאַלד מאַקנער (35)
  • גרעגאָרי דזשאַרוויס (41)
  • קריסטאַ מאַקאָליף (37), ערשטע לערערין אין קאָסמאָס

מיסיעס

#דאטעמיסיעבאמערקונגען
14טן אפריל 1983STS-6אפגעלאדן TDRS-1. ערשטע קאסמאס-גיין ביי א קאסמאס שאטל מיסיע.
218טן יוני 1983STS-7אפגעלאדן צוויי קאמנויקאציע סאטעליטן. סאלי רייד ווערט די ערשטע אמעריקאנע פרוי אין קאסמאס.
330סטן אויגוסט 1983STS-8אפגעלאדן Insat-1B. גויאן בלופארד ווערט דער ערשטער אפריקאנער-אמעריקאנער אין קאסמאס. ערשטע נאכט צעשיקונג און נאכט לאנדונג פון א קאסמאס שאטל.
43טן פעברואר 1984STS-41-Bאפגעלאדן צוויי קאמוניקאציע סאטעליטן. די ערשטע קאסמאס-גיין אָן א קאַבל פארבונדן מיטן שאטל.
56טן אפריל 1984STS-41-Cסערוויס מיסיע פארן סאלאר מאקס סאטעליט.
65טן אקטאבער 1984STS-41-Gאפגעלאדן א סאטעליט צו מעסטן די שטראלונג פון ערד. ערשטע מיסיע מיט צוויי פרויען אינעם מאנשאפט. קאטרין די סאליוואן ווערט די ערשטע אמעריקאנע פרוי אויסצופירן א דרויסנדיקע אקטיוויטעט, און מארק גארנו ווערט דער ערשטער קאנאדער אין קאסמאס.
729סטן אפריל 1985STS-51-Bגעטראגן ספייסלאב-3.
829סטן יולי 1985STS-51-Fגעטראגן ספייסלאב-2.
930סטן אקטאבער 1985STS-61-Aגעטראגן די דייטשישע ספייסלאב D-1.
1028סטן יאנואר 1986STS-51-Lדי שאטל האט עקספלאדירט ביים צעשיקונג און די זיבן אסטראנויטן זענען אומגעקומען.