אלפאבעט

אַן אַלפאבעט איז אַ סטאנדארטירטער סעריע פון אותיות—גרונטיקע געשריבענע סימבאלן—וואס יעדער איינער רעפרעזענטירט א פאנעם פון א שפראך וואס מען רעדט, אדער מ'האט אמאל גערעדט. ס'איז אויך דא אנדערע שריפֿט סיסטעמען וואס האבן א געשריבענעם סימבאל פאר אַ טראף, אַ ווארט אדער אַ טייל פון אַ זאץ. מען קלאסיפֿירט אלפֿאבעטן לויט ווי זיי ווײַזן אן וואקאלן:

  • אַזוי ווי קאנסאנאנטן, למשל גריכיש (עכטער אלפאבעט)
  • מיט אן אפקירצונג פון קאנסאנאנטן, למשל הינדי (אבוגידע)
  • איבערהויפט נישט, למשל לשון קודש און פֿעניצקיש (אבזשאד)

דאס ווארט "אלפאבעט" שטאמט פון אוראלט גריכיש Αλφάβητος אַלפֿאַבעטאס, פון אלפא און בעטא, די ערשטע צוויי אותיות אינעם גריכישן אלפאבעט.[1] היינטצוטאג זענען דא צענדליגע אלפאבעטן. רוב פון זיי האבן אותיות געמאכט פון שטראכן אבער טייל ניצן נישט קיין שטראכן (למשל ברייל, מיט געהויבענע פינטעלעך).

אנדערע אלפאבעטן זענען דער לאטיינישער אלפאבעט, ברייט גענוצט היינט, דער קירילישער אלפאבעטן, גענוצט פאר רוסיש און אוקראיניש, דער אראבישער אלפאבעט און האנגול, גענוצט פאר קארעיש.

רעפערענצן

🔥 Top keywords: הויפט זייטJDNאייוועלטצווייטע וועלט-מלחמהװיקיפּעדיע:וועגןװיקיפּעדיע:אינהאלטהילף:אינהאלטהמחדשװיקיפּעדיע:קאנטאקט אונדזװיקיפּעדיע:פארלאמענטבאַזונדער:זוכןװיקיפּעדיע:אריינפירפארטאל:אקטועלע געשעענישןוויקיפעדיעיידישישראלמנשה לוסטיגװיקיפּעדיע:קלארשטעלונגװיקיפּעדיע:קאווע שטיבלהאמאסעקסואלוטעטמה נשתנהדי יראַניאַן באַפאַלן אויף ישראל (2024)ביזנעסאיילת שקדאלעזר מנחם מן שךסאטמאר (הויף)2023 ישראל–כאמאס קריגבאַזונדער:לעצטע ענדערונגעןפראסקווידעא שפילליסטע פון לשון-קודש ווערטער אין יידישישׂראלװיקיפּעדיע:פעסטשטעלןיואל לאנדאענגלישהגדה של פסחקובארוסלאנדדאווענען