האנגול
האַנגול (한글 אין דרום קארעע, אדער 조선글 "טשאסנגול" אין צפון קארעע) איז דער אלפאבעט פון קארעיש. עס איז די אפיציעלע שריפט פון דרום קארעע און צפון קארעע. האנגול איז אן אמתער אלפאבעט מיט 24 אותיות. מען שרייבט די אותיות אין בלאקן פון טראַפֿן. יעדער בלאק האט פון צוויי ביז פיר אותיות; כאטש איין אות אין א בלאק מוז זיין איינער פון די 10 וואקאלן און איינער מוז זיין איינער פון די 14 קאנסאנאנטן.די בלאקן קען שרייבן אדער פון לינקס אויף רעכטס אדער פון ארויף אראפ.
די האנגול שריפט האט ערפינדן דער מלך סעדזשאנג דער גרויסער אין 1443.
די צען וואקאלן זענען:
ㅏ | ㅓ | ㅣ | ㅑ | ㅕ | ㅗ | ㅜ | ㅡ | ㅛ | ㅠ | |
a | eo | i | ya | yeo | o | u | eu | yo | yu |
די פערצן קאנסאנאנטן זענען:
ㄱ | ㄴ | ㄷ | ㄹ | ㅁ | ㅂ | ㅅ | ㅇ | ㅈ | ㅊ | ㅋ | ㅌ | ㅍ | ㅎ | |
ג | נ | ד | ר/ל | מ | ב | ס | נג* | דזש | צ | ק | ט | פ | ה |
*מען רעדט נישט אויס ㅇ ווען ער הייבט אן א טראף.
🔥 Top keywords: הויפט זייטJDNאייוועלטצווייטע וועלט-מלחמהװיקיפּעדיע:וועגןװיקיפּעדיע:אינהאלטהילף:אינהאלטהמחדשװיקיפּעדיע:קאנטאקט אונדזװיקיפּעדיע:פארלאמענטבאַזונדער:זוכןװיקיפּעדיע:אריינפירפארטאל:אקטועלע געשעענישןוויקיפעדיעיידישישראלמנשה לוסטיגװיקיפּעדיע:קלארשטעלונגװיקיפּעדיע:קאווע שטיבלהאמאסעקסואלוטעטמה נשתנהדי יראַניאַן באַפאַלן אויף ישראל (2024)ביזנעסאיילת שקדאלעזר מנחם מן שךסאטמאר (הויף)2023 ישראל–כאמאס קריגבאַזונדער:לעצטע ענדערונגעןפראסקווידעא שפילליסטע פון לשון-קודש ווערטער אין יידישישׂראלװיקיפּעדיע:פעסטשטעלןיואל לאנדאענגלישהגדה של פסחקובארוסלאנדדאווענען