וואקצין

מיטל פאר אימוניזירונג

א וואַקצין איז אַ ביאלאגישע צוגרייטונג וואס שאפט אימוניטעט צו אַ געוויסן קרענק . א וואַקצין איז טיפיש כּולל אַן אַגענט וואס איז ענלעך צו אַ קרענק־גורם מיקראָאָרגאַניזם און איז אָפט געמאכט פון פארשוואכטע אָדער געהרגעטע פארעמען פון דעם מיקראָב אדער זייַנע טאקסינען אָדער איינער פון זייַנע אייבערפלאַך פּראָטעינען. דער אַגענט סטימולירט דעם קערפער׳ס אימון־סיסטעם צו דערקענען דעם אַגענט ווי אַ סכנה, צעשטערן עס, און ווייטער צו דערקענען און צעשטערן אלע מיקראָאָרגאַניזמען פארבונדן מיט יענעם אַגענט וואס ער וועט טרעפן אין דער צוקונפֿט. וואַקסינען קענען זיין פּראַפילאַקטיש (צום בייַשפּיל: צו פאַרמייַדן אָדער פאַרבעסערן די עפעקטן פון אַ צוקונפֿטדיקער אינפעקציע דורך אַ נאַטירלעכן אָדער א "ווילדן" פּאַטאגען ), אָדער טעראַפּעווטיש (למשל, וואַקסינען קעגן ראַק וואס מען פארשט אויס).[1][2][3][4]

יונה סאלק אין יאר 1955 מיט צוויי צעלקולטור־פלעשער פאר וואקסן קינדער־פאראליז וואקסין.

די אַדמיניסטראַציע פון וואַקסינען ווערט גערופן וואַקסינאציע . וואַקסינאַציע איז דאס מערסט עפעקטיווע אופֿן פון פארמיידן אינפעקטיווע קראנקייטן;[5] פארשפרייטער אימוניטעט צוליב וואַקסאַניאציע איז די גרעסטע סיבה פֿאַר דער גלאבאלער אויסווארצלונג פון פאקן און די באגרענעצונג פון חולאתן ווי קינדער־פּאראליז, מאזלען, און טעטאַנוס פון א גרויסן טייל פון דער וועלט.

רעפערענצן

🔥 Top keywords: הויפט זייטJDNאייוועלטצווייטע וועלט-מלחמהװיקיפּעדיע:וועגןװיקיפּעדיע:אינהאלטהילף:אינהאלטהמחדשװיקיפּעדיע:קאנטאקט אונדזװיקיפּעדיע:פארלאמענטבאַזונדער:זוכןװיקיפּעדיע:אריינפירפארטאל:אקטועלע געשעענישןוויקיפעדיעיידישישראלמנשה לוסטיגװיקיפּעדיע:קלארשטעלונגװיקיפּעדיע:קאווע שטיבלהאמאסעקסואלוטעטמה נשתנהדי יראַניאַן באַפאַלן אויף ישראל (2024)ביזנעסאיילת שקדאלעזר מנחם מן שךסאטמאר (הויף)2023 ישראל–כאמאס קריגבאַזונדער:לעצטע ענדערונגעןפראסקווידעא שפילליסטע פון לשון-קודש ווערטער אין יידישישׂראלװיקיפּעדיע:פעסטשטעלןיואל לאנדאענגלישהגדה של פסחקובארוסלאנדדאווענען