אין 1980 האט איראק מיט די שטיצע פון אמעריקע און די מערב וועלט אינוואדירט איראן מיטן ציל צו פארכאפן די אויל רייכע דרום מערב טיילן פון לאנד, סאדאם האט געהאפט צו בעניפיטירן פונעם פאקט אז איראן איז נארוואס אריבער א רעוואלוציע און איר מיליטער איז געווען אין כאאס.
די עקאנאמיע פון איראק איז באזירט אויפן נאפט סעקטאר, וואס טראדיציאנעל האט פארזארגט עטלעכע 95 פראצענט פון עקספארט פארדינסט. אין די שפורן פון דער איראן-איראק מלחמה און די שאדן וואס די איראנער האבן פארשאפן צו דער איראק נאפט אינדוסטריע איז די איראקער עקאנאמיע אריין אין א קריזיס. די רעגירונג האט רעאגירט מיט איינפירן א א ראציאנירונג סיסטעם, האט געבארגט א סך פון אנדערע לענדער און ארגאניזאציעס, און שפעטער האט אפגעשטופט צוריקצאלן אירע דרויסנדיקע חובות. היינט ווערט גערעכנט אז די עקאנאמישע פארלוסטן פון איראק צוליב דער מלחמה מיט איראן שטייען מינדערסטן ביי 100 מיליארד אמעריקאנער דאלאר. נאך ווען די מלחמה האט אויפגעהערט אין 1988 האט די עקספארט פון נאפט פון איראק ווידער געשטיגן ווען מען האט געבויט רערן צו פירן נאפט און ווידער אויפגעבויט די אפאראטן און פאמפעס. א קאמבינאציע פון נידריגע נאפט פרייזן, דעם נויט צוריקצובאצאלן די חובות וואס מען האט געבארגט אין די מלחמה יארן (אומגעפער 3 מיליארד דאלאר א יאר) און דעם קאסט פון ווידעראויפבויען דאס לאנד האבן פארערגערט דעם קריזיס, וואס האט געברענגט ענדליך די איראקער אינוואזיע אין קואווייט.
אום 20סטן נאוועמבער2004 האבן די 19 רייכסטע לענדער אין דער וועלט מסכים געווען מוותר צו זיין אויף 80 פראצענט (33 מיליארד דאלאר) פון דעם גאנצן חוב פון איראק (42 מיליארד דאלאר) צו די דאזיקע לענדער. דער סכום פונעם דרויסנדיקן חוב פון איראק וואס איז געשטאנען פאר דער אינוואזיע אין 2003 אויף 120 מיליארד דאלאר, איז געוואקסן אין יאר 2004 נאך פינעף מיליארד דאלאר.
סוף פון 2005 און דעם ערשטן העלפט פון 2006 האט איראק געענדערט די פארעם פון אפצאלן זיינע חובות, און האט פארמינערט 16 מיליארד דאלאר פון זיין דרויסנדיק חוב. נאכדעם הייבט זיך אן די עקאנאמיע צו שטארקן [1], און דער ברוטא אינלענדישער פראדוקט האט געוואקסן ביז אין 2006 איז איראק געשטאנען אין דעם 58סטן פלאץ אין דער וועלט.
די אפיציעלע וואלוטע אין איראק איז דער איראקישער דינאר.
די קוואליטעט פון וואסער אין איראק איז גאנץ שוואך. דריי יארצענדלינגער פון מלחמה צוזאמען מיט ווייניג סביבה׳דיקער וויסקייט האבן צוזאמען חרב געמאכט איראק׳ס וואסער רעסורסן פארוואלטערונג סיסטעם.
צוטריט צו טרינקוואסער ענדערט זיך א סך צווישן גובערניעס און אויך צווישן שטאטישע און דארפישע שטחים.
91% פון דער גארער באפעלקערונג האט צוטריט צו טרינקוואסער. אבער אין דארפישע שטחים נאר 77% פון דער באפעלקערונג האט צוטריט צו פארבעסערטע טרינקוואסער קוואלן אין פארגלייך צו 98% אין שטאטישע געגנטן.[2]
גרויסע קוואנטיטעטן פון וואסער גייען לאיבוד בשעת פראדוקציע.[2]
דער 2016 אפשאץ פון דער גאנצער באפעלקערונג פון איראק איז 37,202,572. איראק׳ס באפעלקערונג אין 1878 איז געשאצט צו בערך 2 מיליאן.[3] אין 2013 האט איראק׳ס באפעלקערונג דערגרייכט 35 מיליאן אין א נאך דער מלחמה בליאונג אין באפעלקערונג.[4]