מאַדאַם טוסא
Madame Tussauds |
אינפארמאציע |
---|
טיפ | וואקס־מאדעלן מוזיי |
---|
אויפגעשטעלט | 1835 |
---|
http://www.madametussauds.com/ |
(למפת צענטראל לאנדאן מוגדלת) (למפת צענטראל לאנדאן רגילה) לאקאציע פון מאדאם טוסא אין צענטראל לאנדאן |
מאדאם טוסא (ענגליש: Madame Tussauds) איז א נעץ פון מוזייען פון וואקס־מאדעלן גערופן אויפן נאמען פון מארי טוסא. דער הויפט צווייג פונעם נעץ געפינט זיך אין לאנדאן, ענגלאנד. די מוזייען שטעלן פאר היסטארישע פערזענלעכקייטן און אנדערע פערזענלעכטן וואס זענען בארימט אין נארוועלכן געביט (פאליטיקער, שוישפילער אד״ג), מיטן ציל פון מוסטערן וויאזוי זיי האבן אויסגעזען און וואס האבן זיי געטון, מיטן הילף פון די וואקס מאדעלן.
מארי טוסא האט געשאפן איר ערשטן וואקס סקולפטור, א מאדעל פון וואלטער, אין 1777. דער סקולפטור האט שטארק געלונגען און צוליב דעם האבן נאך בארימטע מענטשן געבעטן פון איר אז זי זאל מאכן מאדעלן פון זיי אויך, צווישן זיי בענדזשאמין פרענקלין און זשאן-זשאק רוסא.
אין 1792 איז מארי טוסא אריבער קיין ענגלאנד מיט איר זאמלונג פון וואקס מאדעלן. אין 1835 האט זי געעפנט א מוזיי אין בעקער סטריט און אין 1884 איז דער מוזיי אריבער צו זיין היינטיגער געביידער אויף מארלעבאן ראד אין לאנדאן.
דער מוזיי האט נאך צווייגן אין פארשידענע טוריסטן שטעט, ווי אמסטערדאם, בערלין, באנגקאק, האנג קאנג, פאריז, וואשינגטאן, לאס וועגאס, ווין אוון ניו יארק. די מאדעלן זענען נישט גלייך אין אלע מוזייען; אין יעדן ארט קען מען טרעפן מאדעלן צוגעפאסט צום ארט, און אויך מאדעלן פון לאקאלע סעלעבריטעטן און פאליטיקער, וואס טרעפן נישט קיין ארט אין די מוזייען אין אנדערע ערטער.
אפיציעלע וועבזייטל פון מאדאם טוסא
מוזייען און גאלעריעס אין לאנדאן |
---|
מוזייען | בריטישער מוזיי • מאדאם טוסא • נאציאנאלער ים מוזיי • טשערטשיל מלחמה צימערן • דזשעפרי מוזיי • הארנימאן מוזיי • V&A קינדהייט מוזיי • וויסנשאפט מוזיי • אימפערישער מלחמה מוזיי • מוזיאון העיצוב • מוזיי פון לאנדאן • מוזיי פון לאנדאנער דאקלאנדס • לאנדאנער טראנספארט מוזיי • וויקטאריע און אלבערט מוזיי • טייט בריטאניע • טייט מאדערן • נאטירלעכע היסטאריע מוזיי • מוזיאון סואן • מוזיאון פרויד • קאטי סארק • שערלאק האלמס מוזיי • פיטרי מוזיי פאר עגיפטישער ארכעאלאגיע • וועלקאם זאמלונג | |
גאלעריעס | נאציאנאלע גאלעריע • וואלאס זאמלונג • סאמערסעט הויז – קורטאלד גאלעריע, אוסף גילברט, חדרי הארמיטאז' • דאליטש גאלעריע • גלריית הדיוקנאות הלאומית • הייווארד גאלעריע • סערפענטיין גאלעריע • סאאטשי גאלעריע |
|