צעז

צעז אדער צעזיום (Caesium אָדער אמעריקאנער ענגליש: Cesium) איז אַ כעמישער עלעמענט מיט אטאם נומער 55 און כעמישן סימבאָל Cs. ער איז אן אלקאלי מעטאל.

צעז האט א זילבערנעם־גאָלד קאָליר

ניצן

  • דער צעז-133 איזאטאפ איז געניצט, צווישן אנדערע אין אטאמישע זייגערס.
  • מעטאַלישע צעז צעלן ווערט געניצט אין פאטאעלעקטרישע אפליקאציעס.
  • ראַדיאָאַקטיווע איזאטאפן פון צעז ווערן געניצט אין דער קוראציע פון ראַק.

באווארענישן

צעז, ווי אַלע אלקאלי מעטאַלן, רעאגירט שטורמיש מיט וואַסער. ביי דער רעאקציע צווישן צעז און וואַסער ווערט געשאפן צעז הידראקסיד (CsOH), וואָס איז זייער אַ שטאַרקע באַזע. דערצו, הידראָגען ווערט ארויסגעריסן מיט א סאך ענערגיע, און קען זיך אָנצינדן און שאפן אן אויפרייס אינעם וואַסער אזוי:

צעז מיט זיינע איזאטאפן זענען גיפטיק.