אקעאניע

קאנטינענט
(אַריבערגעפֿירט פון אינזלען-אקעאניע)

אקעאניע איז א נאמען וואס מען ניצט פאר א געאגראפֿישער ראיאן וואס שליסט איין פארשיידענע גרופעס פון אינזלען אינעם פאַציפֿישן אקעאַן. אין זײַן באגרענעצטן באניץ באדייט דאס ווארט פאלינעזיע (כולל ניי זילאנד), מעלאנעזיע (כולל ניי-גינע) און מיקראנעזיע. דער ברייטערער באניץ איז כולל אויסטראליע. אמאל שליסט עס אויך אײַן דעם מאליי ארכיפעלאג. כאטש די אינזלען פו אקעאניע זענען נישט קיין אמת'ער קאנטינענט, אמאל שטעלט מען צוזאמען אקעאניע מיטן קאנטינענט פון אויסטראליע ווען מען צעטיילט די גארע וועלט אויף קאנטינענטאלישע גרופירונגען. אזוי איז זי דער קלענסטער "קאנטינענט" אין שטח און דער צווייטער קלענסטער, נאך אנטארקטיקע, אין באפעלקערונג.

אקעאניע
מאפע פון אקעאניע
מאפע פון אקעאניע
שטח8,525,989 ק"מ2
באפעלקערונג35,670,000
לענדער14 (ליסטע)
שפראכן28
צייט זאנעסUTC+8 ביז UTC-6
אקעאניע
די לענדער פון אקעאניע

לענדער אין אקעאניע

די לענדער אין אקעאניע זענען:

וועבלינקען

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אקעאניע