קאבאלט

קאָבאַלט (Cobalt) איז אַ כעמישער עלעמענט מיט סימבאָל Co און אַטאם נומער 27. קאבאלט איז אן איבערגאנג מעטאל.

גרויער קאָבאַלט

באניצן

קאָבאַלט האט פארשידענע באניצן, צווישן זיי:

  • קאָבאַלט פּאַפּיר איז אַן אינדיקאטאר דעם בייַזייַן פון וואַסער.
  • צוליב דעם וואס קאבאלט געשמעלצן קענען פארטראגן הויכע טעמפּעראַטורן, ווערן זיי געניצט אין גאז טורבינעס און עראפלאן מאטארן.
  • פּראָדוקציע פון מאַגנעטישע פארשפייכלערונג מעדיע.
  • קאָבאַלט האט א ראָלע ווי אַ קאַטאַליסט אין דער נאפט אינדוסטריע.
  • שטאַרקע פיגמענטן אין בלוי, לילאַ, געל און גרין פארבן.
  • קאָבאַלט איז געניצט אין באטעריעס.
  • קאָבאַלט-60 ווערט געניצט אין ראדיאציע טעראפיע.

ביאלאגישע ראלע

קאָבאַלט איז נייטיק אין קליינע קוואנטיטעטן אין פילע לעבעדיקע אָרגאַניזאַמען, אַרייַנגערעכנט מענטשן. קאָבאַלט איז אַ קאָמפּאָנענט פון וויטאַמין B12.