אלימפיאדע

די מאדערנע אלימפיאַדעס (ענגליש: Olympic Games; פראַנצויזיש: Jeux olympiques[1][2]) זענען די פירנדע אינטערנאציאנאלע ספארט פאסירונגען סיי זומער סיי ווינטער ספארט פארמעסטן מיט טויזנטער מיטטיילער אטלעטן פון ארום דער וועלט באטייליגן אין פארשידענע פארמעסטן. מער ווי 200 פעלקער באטיילן אין די אלימפיאדעס.[3]

דער אלימפישער פאן

די אלימפיאַדע קומט פאר יעדע פערטע יאר אין אן אנדער שטאט. צוויי יאר נאך א זומער אלימפיאדע קומט פאר א ווינטער אלימפיאדע. די ארגינעלע אלימפיאדעס זענען געהאלטן געווארן אין אוראלט גריכנלאנד. די מאדערנע אלימפיאדע האט מען געהאלטן צום ערשטן מאל אין אטען אין 1896.

די ערשטע דריי אטלעטן אין יעדן ספארט באקומען מעדאלן פון גאלד, זילבער און בראנז.

מאדערנע אלימפיאדעס

פארויסגייער

דעם טערמין ״אלימפיאדע״ האט מען געניצט צו באשרייבן פארשיידענע אטלעטישע געשעענישן זייט דעם 17טן יארהונדערט. דער ערשטער אזוינע איז געווען די ״קאטסוואלד אלימפיאדע״ וואו מען איז צוזאמענגעקומען יעדע יאר פאר עטלעכע ספארטן. דער אדוואקאט ראבערט דאווער האט ארגאניזירט די אלימפיאדע צווישן 1612 און 1642.

באראן פיער דע קובערטין

צווישן 1862 און 1867, האט די שטאט ליווערפול געהאלטן א יערליכע ״גרויס-אלימפיאדע פעסטיוואל״. די דאזיקע אלימפיאדע איז געווען די ערשטע וואס זענען געווען אינגאנצן פאר אמאטארן און מיט אן אינטערנאציאנאלן ארויסקוק.[4][5] דער פראגראם פון דער ערשטער מאדערנער אלימפיאדע אין אטען אין 1896 איז געווען כמעט דער זעלבער ווי ביי דער ליווערפול אלימפיאדע.‏[6] אין 1865 האבן האלי, ברוקס און ע. ג. רעוונשטיין געגרינדעט די נאציאנאלע אלימפישע אסאציאציע אין ליווערפול, א פארויסגייער פון דער בריטישער אלימפישער אסאציאציע. אירע גרינדונג ארטיקלען האבן געשאפן דעם ראם פארן אינטערנאציאנאלן אלימפישן טשארטער.[7] אין 1866, האט מען ארגאניזירט אין גרויסבריטאניע א נאציאנאלע אלימפיאדע אין דעם לאנדאנער קריסטאל פאלאץ.[8]

אין די יארן 1870 און 1875 האט מען געהאלטן אלימפיאדעס אין דעם פאנאטינייקא סטאדיאן אין אטען, גריכנלאנד.[9] דרייסיק טויזנט צוקוקער זענען געווען אנוועזנד ביי דער 1870 אלימפיאדע; פון דער 1875 אלימפיאדע איז נישט געבליבן קיין אפיציעלן בייזיין באריכט.[10] אין 1890, נאך זיין בייזיין ביי די אלימפישע שפילן פון דער ווענלאק אלימפישער געזעלשאפט, האט באראן פיער דע קובערטען געשאפן דעם אינטערנאציאנאלן אלימפיאדע קאמיטעט.[11] קובערטען האט אנטוויקלט די ווערק פון ברוקס און זאפאס מיט דער כוונה צו שאפן אן אלימפיאדע וואס וועט פארקומען יעדע פיר יאר אין אן אנדער לאנד.[11] ער האט דאס פארגעשלאגן ביי דער ערשטער זיצונג פון דעם נייעם אינטערנאציאנאלן אלימפיאדע קאמיטעט (IOC). מען האט געהאלטן די זיצונג פון 16טן יוני ביזן 23סטן יוני, 1894, ביים סארבאן אוניווערסיטעט אין פאריז. דעם לעצטן טאג פון דער זיצונג האט מען באשלאסן אז די ערשטע אלימפיאדע אונטער דעם אינטערנאציאנאלן אלימפיאדע קאמיטעט וועט מען האלטן צוויי יאר נאכהער אין אטען.[12] דער IOC קמאיטעט האט דערוויילט דעם גריכישן שריפטשטעלער דעמעטריוס וויקעלאס צו זיין דער ערשטער פרעזידענט.[13]

1896 אלימפיאדע

עפֿענען צערעמאניע אין דעם פאַנאַטינייקאַ סטאַדיאן

די ערשטע אלימפיאדע וואס איז געהאלטן געווארן אונטער דעם IOC איז פארגעקומען אין דעם פאנאטינייקא סטאדיאן אין אטען אין 1896. אין יענער אלימפיאדע האבן מיטגעטיילט 241 אטלעטן פון 14 לענדער וואס האבן קאנקורירט אין 43 פֿארמעסטן.[14] עוואַנגעלאס זאַפאַס מיט זיין שוועסטער־קינד קאנסטאַנטינאס זאַפאַס האבן געהאט איבערגעלאזט צו דער גריכישער רעגירונג א קרן פאר צוקונפדיקע אלימפיאדעס. פון דעם קרן האט מען פינאנצירט די 1896 אלימפיאדע.[15][16][17] געארג אַוועראוו האט שיין בייגעשטייערט ברייטהארציג צו באנייען דעם סטאדיאן לכבוד דער אלימפיאדע.[18] אויך האט די גריכישע רעגירונג אריינגעלייגט געלט וואס זיי האבן געקלערט צוריקבאקומען דורך פארקויפן בילעטן און ספעציעלע אנדענק בריוומארקן.[18]

רשימה פון זומער אלימפיאדעס

זייט מען האט באנייט די אלימפיאדעס אין 1896 זענען פארגעקומען 30 אלימפיאדעס. די זעקסטע אלימפיאדע אין 1916, די צוועלפטע אין 1940 און די דרייצנטע אין 1944 האט מען נישט געהאלטן צוליב דער ערשטער וועלט מלחמה או דער צווייטער וועלט מלחמה.

יאראלימפיאדעלאקאציע
1896ערשטע אלימפיאדע גריכנלאנדאטען
1900צווייטע אלימפיאדע פראַנקרײךפאריז
1904דריטע אלימפיאדע פאַראייניקטע שטאַטןסאנט לואיס, מיזורי
1906אומאפיציעלע אלימפיאדע גריכנלאנדאטען
1908פערטע אלימפיאדע פאראייניגטע קעניגרייךלאנדאן
1912פינפטע אלימפיאדע שוועדןשטאקהאלם
1916זעקסטע אלימפיאדעדייטשע אימפעריעבערלין
1920זיבעטע אלימפיאדע בעלגיעאנטווערפן
1924אכטע אלימפיאדע פראַנקרײךפאריז,
1928ניינטע אלימפיאדע האָלאַנדאמסטערדאם
1932צענטע אלימפיאדע פאַראייניקטע שטאַטןלאס אנדזשעלעס, קאליפארניע
1936עלפטע אלימפיאדעבערלין
1940צוועלפטע אלימפיאדע פינלאנדהעלסינקי
1944דרייצנטע אלימפיאדע פאראייניגטע קעניגרייךלאנדאן
1948פערצנטע אלימפיאדע פאראייניגטע קעניגרייךלאנדאן
1952אלימפיאדע החמש עשרה פינלאנדהעלסינקי
1956זעכצנטע אלימפיאדע אויסטראליעמעלבארן, וויקטאריע
שטאקהאלם, שוועדן
1960זיבעצנטע אלימפיאדע איטאַליערוים
1964אכצנטע אלימפיאדע יאפאןטאקיא
1968ניינצנטע אלימפיאדע מעקסיקאמעקסיקא סיטי
1972צוואנציגסטע אלימפיאדע מערב דייטשלאנדמינכן, בייערן
1976איין און צוואנציגסטע אלימפיאדע קאַנאַדעמאנטרעאל, קוויבעק
1980צוויי און צוואנציגסטע אלימפיאדע סאוועטן פארבאנדמאסקווע
1984דריי און צוואנציגסטע אלימפיאדע פאַראייניקטע שטאַטןלאס אנדזשעלעס, קאליפארניע
1988פיר און צוואנציגסטע אלימפיאדע דרום קארעעסעאל
1992פינף און צוואנציגסטע אלימפיאדע שפּאַניעבארצעלאנע, קאטאלאניע
1996זעקס און צוואנציגסטע אלימפיאדע פאַראייניקטע שטאַטןאטלאנטא, דזשארדזיע
2000זיבן און צוואנציגסטע אלימפיאדע אויסטראליעסידני, ניו סאט וויילס
2004אכט און צוואנציגסטע אלימפיאדע גריכנלאנדאטען
2008ניין און צוואנציגסטע אלימפיאדע כינעבייזשינג
2012דרייסיקסטע אלימפיאדע פאראייניגטע קעניגרייךלאנדאן
2016איין און דרייסיקסטע אלימפיאדע בראַזילריא דע זשאנערא
2021צוויי און דרייסיקסטע אלימפיאדע יאפאןטאקיא

רעפערענצן

🔥 Top keywords: הויפט זייטJDNאייוועלטצווייטע וועלט-מלחמהװיקיפּעדיע:וועגןװיקיפּעדיע:אינהאלטהילף:אינהאלטהמחדשװיקיפּעדיע:קאנטאקט אונדזװיקיפּעדיע:פארלאמענטבאַזונדער:זוכןװיקיפּעדיע:אריינפירפארטאל:אקטועלע געשעענישןוויקיפעדיעיידישישראלמנשה לוסטיגװיקיפּעדיע:קלארשטעלונגװיקיפּעדיע:קאווע שטיבלהאמאסעקסואלוטעטמה נשתנהדי יראַניאַן באַפאַלן אויף ישראל (2024)ביזנעסאיילת שקדאלעזר מנחם מן שךסאטמאר (הויף)2023 ישראל–כאמאס קריגבאַזונדער:לעצטע ענדערונגעןפראסקווידעא שפילליסטע פון לשון-קודש ווערטער אין יידישישׂראלװיקיפּעדיע:פעסטשטעלןיואל לאנדאענגלישהגדה של פסחקובארוסלאנדדאווענען